ימים הראשונים של חג הסוכות תשפ"ז בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=ימים הראשונים של חג הסוכות תשפ"ז בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א=
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי געבינדן די לולב.
ארום 7:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת ומערבית האט פארגעדאווענט הר''ר מאיר משה מאשקאוויטש שליט''א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:50.
נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור צוזאמען 'א גוט שבת און א גוט יו"ט', און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה.
דער רבי האט צום ערשט איינגעלאדענט די אושפיזין און דערנאך אנגעהויבן שלום עליכם,
מיט הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו - וומ''ס.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און ביי די מייערן האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען,
כל מקדש: הר''ר שמעון זאב מייזליש שליט''א חתן הגה"צ גאב"ד דקהילתינו מאנטריאל שליט''א.
מנוחה ושמחה: הר''ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט''א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתה אמרת והשענו תחת העץ חייך שאני פורע לבניך מצות סוכה' און ארויסגעברענגט אז די אלע גרים וואס אברהם אבינו האט געמאכט זענען מגולגל געווארן אין די גרים וואס האבן זיך מגייר געווען במשך אלע דורות און פון די גרים זענען ארויסגעקומען רבי מאיר מיט רבי עקיבא וואס זיי האלטן אז כלל ישראל האט א דין בנים למקום און נאר צוליב דעם מעג כלל ישראל זיצן אין די סוכה וואס איז די שרביט של מלך,
אזוי אויך האט דער רבי געזאגט אז די גרים וואס אברהם אבינו האט געמאכט האבן זיך צושפרייט אין די גאנצע וועלט און זיי האבן מזכך געווען די ליפט אזוי ווי די תפארת שלמה זאגט אויף די אוכלי משולחנו פונעם בעש"ט זי"ע אז זיי האבן מער נישט געהאט קיין תאוות אכילה, על אחת כמה וכמה די אוכלי משולחנו פון אברהם אבינו האבן זיכער באקומען א קדושה וואס זיי האבן נאכדעם פארשפרייט, און דאס אז כלל ישראל קען היינט צוטאגס אין די טמא'נע גלות זיצן בצילא דהימנותא איז אלעס צו פארדאנקן די גרים וואס אברהם אבינו האט געמאכט.
קה אכסוף: הרה''ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי''ו.
ברכת המזון: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראה"ק.
דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורים פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זי''ע וואס די יארצייט איז געפאלן ערב סוכות.
מען האט אויפגעגעבן פירות.
אז ביום השביעי: הרה''ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי''ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:00 אזייגער.
=יום א' דסוכות=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר''ר דוד פערל שליט''א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, און פארגעזאגט אמירת הלל מיט גרויס התעררות און השתפכות הנפש און נאך הלל פארגעזאגט הושענות.
פתיחת הארון ביי הושענות: הרה"ח ר' יצחק יודא היימאן הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר''ר מאיר מאיער שליט''א - ב''פ, און הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א - ראה"כ דכוללינו אנטווערפען.
הולכת הס"ת לבימה: הרה''ח ר' עקיבא הירש הי''ו - וומ''ס, און הרה''ח ר' נחום וועבערמאן הי''ו - לאנדאן.
כהן: הרה"ג ר' יואל קאהן שליט''א - מו"ץ.
לוי: הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הר''ר ליפא רובין שליט''א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א,
דער רבי האט קורא שם געווען פאר בתו הנולדה לו למז"ט, ויקרא שמו בישראל: חנה נאך די באבע הרבנית ממוזשאוי ע"ה.
חמישי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' משה בר"י ביטמאן הי''ו.
ר' שמואל בהר"ר וואלף דוד ווערצבערגער הי''ו.
ר' ברוך מרדכי שווארטץ הי''ו.
ר' מרדכי יודא בר"ל פאלקאוויטש הי''ו - וומ''ס.
ר' מענדל וואלף דרוממער הי"ו.
שביעי: ר' מאיר מענדל פישער הי''ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הגבה: הרה''ח ר' אנשיל ליכטנשטיין הי''ו - וומ''ס.
גלילה: הרה''ח ר' לייב לעבאוויטש הי"ו - לאנדאן.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' משה יודא טייטלבוים הי"ו - וומ''ס.
גלילה: הרה''ח ר' שלמה סאלאמאן הי"ו - לאנדאן.
החזרת הס"ת: הרה''ח ר' אברהם משה לאנדא הי''ו - וומ''ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה''ח ר' ישראל ווייס הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 2:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער צו די סוכה הגדולה צו די שמחת הקידושא רבא לרגל הולדת הבת אצל נכדו הר''ר ליפא רובין שליט''א,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הר''ר ליפא רובין שליט''א,
דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, און פארן גאנצן ציבור,
מען האט געענדיגט ארום 2:15.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הרב יואל מייזליש שליט''א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתה אמרת והשענו תחת העץ, חייך שאני פורע לבניך מצוות סוכה' און ארויסגעברענגט אז מצות סוכה וועלכע מען גייט אריין מיטן גאנצן גוף איז בזכות פון אברהם אבינו וואס האט באקומען די ברכה פון וה' ברך את אברהם בכל.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר''ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט''א.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט''א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו - וומ"ס.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום סוכה הגדולה ווי דער רבי האט זיך געוואשן צו שלו"ס.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הר''ר יחזקאל לאנדא שליט''א - לאנדאן.
שיר המעלות: הרב שלמה כהנא שליט''א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש 'אתה אמרת והשענו תחת העץ, חייך שאני פורע לבניך מצוות סוכה' און געטייטשט בדרך אגדה אין די סוגיא פון חצי שיעור און ארויסגעברענגט די חשיבות אפילו פון א חצי מצוה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה יודא טייטלבוים הי''ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי''ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מען האט געענדיגט ארום 8:10, און דער רבי איז צוריקגעגאנגען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב.
=ליל ב' דיו"ט=
מערבית: הר''ר יוסף דוד לעווי שליט''א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:50.
נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור צוזאמען 'א גוט יו"ט', און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
צוליב די ערווארטעטע רעגן האט דער רבי געפראוועט די סעודת יו"ט אין די סוכה בביתו נאוה קודש,
דער רבי האט געמאכט קידוש ארום 10:45,
הגבהת הכוס: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו,
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט סוכות,
דער רבי האט פארטיילט שיירים פון די מייערן פאר די אנוועזנדע, און די בעלי אושפוזין האבן אויפגעגעבן קוגלען לכבוד יו"ט,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א - מאנטשעסטער,
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו די זמירות ודברי תורה אין מבצר הכוללים,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
מען האט מאריך געווען בשירות ותשבחות ניגוני יו"ט סוכות,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק וירח את ריח בגדיו און ארויסגעברענגט אז דורך דעם וואס מען בלאזט נישט קיין שופר און מען שאקלט נישט קיין לולב אום שב"ק וואס איז נאר אלץ א גזירה פון שמא יעבירנו איז דא א מליצה ישרה אויף כלל ישראל אז א מענטש איז נאר א מענטש און מען קען אמאל פארגעסן, במילא איז מען אייביג דן א מענטש לכף זכות ווען ער טוט אן עבירה אז ער האט פארגעסן.
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
=יום ב' דיו"ט=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:15.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, יוצר, והלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש ביי די נענועים פאר א לענגערע צייט באש קודש, און נאך הלל פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס התעוררות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט''א - מו"ץ ביהמ''ד בית שמואל בנימין און הרה''ג ר' יואל היימאן שליט''א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ''ס.
פסוקי שמע ישראל: הר''ר שמעון זאב מייזליש שליט''א, חתן הגה"צ גאב"ד דקהילתינו מאנטריאל שליט''א.
הולכת הס"ת לבימה: הרה''ח ר' ישראל אלעזר טאבאק הי''ו און הרה''ח ר' יעקב סאאל הי''ו.
כהן: הרה"ח ר' נחמן כהנא הי"ו.
לוי: הר''ר יוסף דוד לעווי שליט''א.
שלישי: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך פאר הולדת הבת אצל ר' משה אהרן פרידריך הי''ו.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' יחזקאל גאלדשטיין הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' משה קאפפעל הי"ו - לאנדאן.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו.
הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי"ו - לאנדאן.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף ברמ"א פריינד הי"ו - לאנדאן.
החזרת הס"ת: הרה''ח ר' ישראל שפילמאן הי''ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' בצלאל בנימין פרידריך הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 2:05.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הרב ברוך רוקח שליט''א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק וירח את ריח בגדיו און ארויסגעברענגט אז אין דעם זכות וואס אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות אויף הקב"ה ביי די עקידה אין דעם זכות פרעגט הקב"ה נישט קיין קשיות אויף כלל ישראל.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:40,
בעל תפילה: הר''ר יחזקאל געלבשטיין שליט''א.
ביים זמן ר"ת ארום 8:00 אזייגער האט מען געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הרה''ח ר' יצחק פייערשטיין הי''ו.
נאך מעריב איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט''א און מען האט א לענגערע צייט פון אריבער א האלבע שעה איבערגעגאנגען פארשידענע שאלות וועלכע האבן זיך געמאכט במשך די ערשטע טעג סוכות.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין די סוכה הגדולה ווי דער רבי האט געמאכט הבדלה,
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטן מועד פארן גאנצן ציבור אינאיינעם,
מען האט געענדיגט ארום 8:55.
=מוצאי יו"ט - ליל אושפיזא דיעקב=
צוליב די רעגן האט זיך דער רבי געוואשן צו די סעודה אין די סוכה בביתו נאוה קודש,
די אנוועזנדע בעלי אושפיזין האבן אויפגעגעבן קוגלען לכבוד די אושפיזין,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען משב"ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.
דער רבי איז אריינגעקומען צו די זמירות ודברי תורה אין ביהמ''ד הגדול ארום 12:00 אזייגער.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
מען האט מאריך געווען בשירות ותשבחות ניגוני יו"ט סוכות,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הרה"ג ר' זלמן לייב רובין שליט"א - אדמו"ר מדינוב מאנסי.
נכד רבינו הרה''ג ר' חיים יעקב רוקח שליט''א - רב דביהמ''ד קול אליהו.
הר''ר יעקב גראס שליט''א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויצא יעקב מבאר שבע וכו' והנה סולם מוצב ארצה און ארויסגעברענגט אז ווען יעקב אבינו האט געזען אז מלאכים גייען ארויף און אראפ איז אים שווער געווען אז אויב אזוי פארוואס האט אויסגעפעלט אז משה רבינו זאל ארויפגיין נעמען די תורה, הקב"ה האט דאך עס געקענט שיקן מיט א מלאך אלץ א שליח? אלא מאי האט יעקב אבינו פארשטאנען אז מתן תורה האט א דין פון תורת קידושין פון הקב"ה צו כלל ישראל במילא האט הקב"ה נישט געקענט שיקן א מלאך אלץ א שליח וויבאלד כל שאינו בתורת גיטין וקידושין קען נישט זיין קיין שליח פאר קידושין, במילא האט זיך יעקב אבינו געטרייסט אז הקב"ה וועט אויך נישט קענען שיקן קיין גט פאר כלל ישראל מיט א מלאך אלץ א שליח,
און אויב הקב"ה האט א דין בעל לאשה צו כלל ישראל דארף הקב"ה צושטעלן אלע חיובי בעל לאשה, פרנסה, רפואות, און אויסלייזן פון גלות.
דערנאך האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
~🌴~