זונטאג ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג ויגש
=יום ז' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה אור החיים בהנהלת הרה"ג ר' יואל פארקאש שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי די בחורים האבן צוערשט געזינגען ניגוני התעורורות און עס האט אויפגעטרעטן די מנהל שליט"א ווי ער האט באגריסט רבינו שליט"א און איבערגעגעבן א גריס פון די ישיבה און דערנאך איבערגעגעבן א קוויטל כוללות פון די גאנצע ישיבה.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי חיזוק פאר די בחורים.
דערנאך האט דער רבי באזוכט אין די מקוה וואס ווערט געבויעט אין די ישיבה.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
און מעריב ארום 6:00 אזייגער.
פאר מעריב האט הב' רפאל ב"ר משה יוסף ווערטהיימער אנגעצינדן די מנורה.
=ליל זאת חנוכה=
ארום 9:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י צום אכט'ן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די פיוטים, און הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין האט פארגעזינגען מזמור שיר חנוכת כנהוג אום זאת חנוכה, באגלייט בנבל וכינור.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די מזמרים און די קינדער פון די קאפעליע.
און דאן האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז חנוכה איז משפיע ערליכע קינדער און אהבת התורה ואהבת תלמיד חכם, און דער רבי האט אנגעווינטשן אז מען זאל זוכה זיין צו חיים שיש בהם אהבת תורה און האבן קינדער תלמידי חכמים, און דערנאך האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט די ניגוני התעורורות.
ארום 10:25 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא פון כבתה זקוק לה אין מסכת שבת דף כא. און ארומגערעדט אין די סוגיא פון טומאה הותרה בציבור.
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט געזאגט אז חנוכה איז ר"ת ח' נ'רות ו'הלכה כ'בית ה'לל און דער רבי האט געזאגט אז עס איז דא א מחלוקה פון ב"ש און ב"ה צו ארץ נברא תחילה אדער שמים נברא תחילה, האט דער רבי געזאגט אז עס איז תלוי אין די מחלוקה פון די צדיקים צו הקב"ה דארף קודם משפיע זיין גשמיות אדער קודם רוחניות,
און דער רבי האט געזאגט אז די נס חנוכה איז געקומען פון די כח פון די שם הוי"ה און אכט מאל הוי"ה איז בגי' יצחק, קומט אויס אז די אכטע טאג חנוכה ווערט נתעורר די זכות פון יצחק אבינו וואס ער האט געבענטשט יעקב אבינו מיט ויתן לך אלוקים מטל השמים ומשמני הארץ און די מדרש זאגט אז 'ויתן ויחזור ויתן' אז יצחק האט געבענטשט יעקב מיט רוחניות און מיט גשמיות, און וויבאלד עס איז די הלכה ווי די בית הלל אז ארץ נברא תחילה דארף הקב"ה קודם משפיע זיין גשמיות און נאכדעם רוחניות,
און דער רבי האט אנגעווינטשן אז מען זאל זוכה זיין צו אלע השפעות בגשמיות וברוחניות.
אויך האט דער רבי דערמאנט אז יעצט זאת חנוכה ווערט ניין יאר פון ווען מען האט געגרינדעט 'חבורת תורתך שעשועי' און היינט האט מען געענדיגט די זעקס און צוואנציגסטע מסכת - מסכת שבועות און מען הייבט אן מסכת ע"ז, און אויף זיי איז ראוי די ברכה פון כריח השדה אשר ברכו ה', וואס הוי"ה איז זעקס און צוואנציג,
און דער רבי האט אנגעווינטשן פאר די אלע לומדים אז מען זאל זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס געזינטערהייט, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה והודאה, און דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:15
א גוטע נאכט
~🌴~