מאנטאג בראשית - אסרו חג סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בראשית - אסרו חג סוכות=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר פנחס בראך הי''ו - מאנטריאל.
ב''ר דוד יודא שפיטצער הי''ו.
ב''ר משה מנחם שלעזינגער הי''ו.
ב''ר יואל האניג הי''ו.
ב''ר יוסף פנחס קעניגסבערג הי''ו.
ב''ר יצחק אהרן מתתי' בראך הי''ו.
ב''ר בנציון לעבאוויטש הי''ו.
ב''ר יושע חיים ראזענבוים הי''ו.
ב''ר הערש לייב פאגעל הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ''ד הגדול,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הרה''ח ר' בערל הי''ו ובני משפחתו.
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען בני הר''ר עמרם כהן ז"ל.
ארום 6:45 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש און אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין איינע פון די שטילע געגנטער אין ק"י המורחבת ווי דער רבי וויילט במשך די וואך אויף מנוחת הנפש.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אינעם ביהמ''ד בבית האכסניא ארום 7:20,
בעל תפילה: הב' אברהם יושע בהר"ר יואל עקשטיין שליט''א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:00 אזייגער,
בעל תפילה: הב' חיים מענדל בהר"ר יואל עקשטיין שליט''א.
~🌴~