פרייטאג האזינו ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג האזינו ב'=
ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול,
בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:40, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישעי' שעהר הי"ו.
ב"ר משה סורקיס הי"ו.
ב"ר שלום הכהן ברעכער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי געבענטשט פלעשער וויין וועלכע קומט פון די וויין פון וואס רבינו שליט"א האט אפגעשיידט תרומות ומעשרות בעת די מסע הקודש אין ארה"ק דעם ווינטער העעל"ט און וועט אפגעשיקט ווערן לכבוד חג הסוכות פאר אלע אנשי שלומינו וועלכע האבן זיך אנגעריפן מיט גרעסערע סכומים פון העכער פינף טויזענט דאלער ביים קאמפיין לטובת מוסדות יטב לב דעם זומער העעל"ט,
דער רבי האט צום ערשט איבערגעקוקט די ליסטעס פון די נדבנים און געהערט א באריכט פון די וועד בעלי בתים שע''י מוסדות יטב לב הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו, הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו, און הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו,
דער רבי האט געבענטשט די פלעשער וויין און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חברי הנהלה.
א גוט שבת.
~🌴~