מיטוואך האזינו ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך האזינו ב'=
ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:40, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ראובן לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שמעון ווידער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים אברהם מארמארשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים אליעזר לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ארום 4:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד אבני צדק צום מעמד יציקת הבורות פאר די נייע פארברייטערטע מקוה אינעם ביהמ"ד,
דער רבי האט געגאסן די בורות און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הקהילה והביהמ"ד איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם ביהמ"ד,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין איינע פון די חדרי התפילה,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, פאר די הנהלת הביהמ"ד, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויף 'מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב"ה מטהר את ישראל' אז פונקט ווי א מקוה איז מטהר אן קיין גבול נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען איז שוין געווארן טמא, אזוי אויך ניצט תשובה אן קיין גבול נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען האט געזינדיגט, במילא איז א יציקת המקוה א פאסיגע זאך פאר די עשי"ת, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר די נדבנים און עסקנים.
זמני כניסה איז געווען פון 6:50 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:45 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א און הר"ר יואל ברשא"מ גרובער שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:35 און מעריב ארום 11:40.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים און די בחורים פון די 'מקימי' ארגענעזאציע צו מקבל זיין ברכת הקודש לכבוד די ימי הרחמים והרצון,
הר''ר איתמר ראזענבוים שליט''א - מראשי המוסד האט פארגעשטעלט די פעולות פון די ארגענעזאציע לטובת די חולי ישראל ובני משפחתם,
דער רבי האט משמיע געווען ווארימע דברי חיזוק פאר די בחורים און אנגעוואונטשן א רפואה שלימה און ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך זענען אלע בחורים אריבער און דער רבי האט פארטיילט א געבענטשטע מטבע און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדן באזונדער, און דערנאך אנגעוואונטשן פאר די עסקנים.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און מען האט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען פילע שאלות וואס מאכן זיך יעצט לקראת חג הסוכות הבעל"ט.
א גוטע נאכט.
~🌴~