יו"ט ראש השנה תשפ"ז בצל הקודש בקרב קהלתינו הק' אין קרית יואל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=יו"ט ראש השנה תשפ"ז בצל הקודש בקרב קהלתינו הק' אין קרית יואל=
ארום 7:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה און פארגעדאווענט די לעצטע תפילה פונעם יאר מיט גרויס התעורורות, און דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.
נאך מנחה איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פארן "מבצר הכוללים בק"י" מיט אירע אריבער 1,100 לומדי הכולל, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א.
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו קבלת שבת ומערבית,
דער רבי האט געזאגט מזמור לדוד הבו לה' בני אלים פסוק בפסוק,
נאך מעריב האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור באש קודש, מען האט געענדיגט ארום 9:40.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש און משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלקיכם און נאכגעזאגט אז ברכת כהנים טראץ עס איז א ברכה כללית איז עס אבער אויך א ברכה פרטית פאר יעדן פערזענליך וואס ער דארף, און דאס איז וויבאלד א ברכה וואס קומט פון די שם הוי"ה איז סיי א ברכה כללית און סיי א ברכה פרטית, פארדעם בעט מען ישא ברכה מאת ה' עס זאל קומען א ברכה דורך די שם הוי"ה,
אין די שופר איז מרומז די שם הוי"ה במילא איז עס משפיע א ברכה פרטית, שבת קודש קומט אויך אראפ א ברכה דורך די שם הוי"ה, במילא ראש השנה שחל בשבת פעלט נישט אויס קיין תקיעת שופר, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב אין אלע ענינים, רפואות, פרנסה, שידוכים, קינדער, ערליכע דורות, בחורים זאלן באפרייט ווערן פון מיליטער, און געזאגט אז חדו השתא ב'האי שעתא' איז בגי' תשפ"ז, און אנגעוואונטשן עס זאל זיין א שנת חדו"ה ושמחה בביאת גואל צדק במהרה,
און דער רבי האט אויסגעפירט בברכת "א גוט שבת און א גוט יו"ט לשנה טובה תכתב ותחתם לאלטר לחיים טובים ולשלום",
ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן.
נאכן אראפגיין האט רבינו שליט"א עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות.
מען האט געזינגען שלום עליכם ביז מודה אני,
הגבהת הכוס: הרה''ח ר' יצחק עהרנפעלד הי''ו.
נאך קידוש האט דער רבי אויפגעשניטן די חלה מיט א נייע מעסער און איינגעטונקען אין האניג דבש חי, און דערנאך געמאכט א ברכת העץ אויף עפל איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתיקה, און פארטיילט שיריים פון עפל פארן גאנצן ציבור.
מען האט אריינגעברענגט ראש כבש, דער רבי האט טועם געווען און געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב, ביי די לחיים האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר'.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן א קאפ פון א פיש, און ווייטער אלע מאכלי שבת, נאך די פלייש האט מען אויפגעגעבן זיסע מייערן.
מיט די זמירות לדוד מזמור האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי''ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די סימנא טבא וואס מען עסט ליל ראש השנה און ארויסגעברענגט אז א מצוה איז משפיע חסדים, און א עבירה איז משפיע א מפלה,
בזמנינו אלה ווען מען דארף משפיע זיין סיי חסדים פאר כלל ישראל און סיי א מפלה פאר די אומה"ע איז דא צוויי עצות אדער דורך א עבירה לשמה אדער דורך תשובה מאהבה וואס דעמאלט ווערן די עבירות זכיות,
דאס אז מען בלאזט צוויי מאל שופר ראש השנה טראץ עס איז בל תוסיף איז א עבירה לשמה כתקנת חז"ל, און פארדעם ביי די תקיעות דמעומד איז וודאי בהול, שבת קודש איז משפיע אהבה במילא ראש השנה שחל בשבת טוט מען תשובה מאהבה פעלט נישט אויס קיין תקיעת שופר, פארדעם איז יעדע יאר ראש השנה דא סיי שירבו זכיותינו און סיי שיכרתו שונאינו.
ברכת המזון: הרה''ח ר' אלי' שאול כ''ץ הי''ו - ב''פ.
אז ביום השביעי: הרב יוסף מאיר שמידמאן שליט"א - מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
=יום א' דראש השנה=
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו שחרית ארום 8:25.
דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט די בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם,
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א - מראה"כ.
שחרית: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
מיט די פתיחות ביי שחרית זענען נתכבד געווארן: הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו, הרה''ח ר' זעליג אינדיג הי''ו, הרה''ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מיטן קיטל, זילבערנע קאפל, און ווייסע סטראקעס בעקיטשע.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט''א - מו"ץ.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אלי' גרויס שליט"א - מבערבעשט ב"פ.
הולכת הס"ת לבימה: הרה''ח ר' יצחק פרענקל הי''ו - מאנטריאל, און הרה''ח ר' שמשון בוים הי''ו - וומ''ס.
דער רבי איז געווען בעל קורא, און געליינט בבכיות ובהתעוררות רב.
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט''א.
לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי''ו.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט''א
רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
חמישי: הר"ר וואלף בראווער שליט''א.
שישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' חיים שרגא פעלדמאן הי''ו,
ר' חיים יודא פריעדמאן הי''ו.
אויך האט דער רבי געמאכט א מי שברך לחולה פאר גיסו האדמו"ר מוויזניץ שליט''א מרן ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש.
שביעי: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו.
הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' משה דוד אבערלענדער הי"ו - וומ''ס.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' שמעון שטערן הי"ו - מאנסי.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם שלמה כ''ץ הי"ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט 12:20.
החזרת הס"ת: הרה''ח ר' מאיר אפרים גראהמאן הי''ו און הרה''ח ר' הערשל בראך הי''ו.
עס איז געווען פּויזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אריין לחדרו הפרטי.
אום 1:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה" מיטן נוסח ותתן לנו ה' אלקינו יום זכרון תרועה און ארויסגעברענגט אז הקב"ה האט אוועקגעלייגט די קול שופר פון בזמן שביה"ק היה קיים און דאס הערט מען עד היום הזה, און אפילו ראש השנה שחל בשבת ווען מען בלאזט נישט קיין שופר ווערט מען נאך אלץ נתעורר צו תשובה דורך יענע תקיעת שופר,
דער רבי האט מאריך געווען מיט דברי מוסר און געזאגט אז ווען א מענטש עסט עפעס ווערט ער זאט נישט קיין חילוק וואס ער עסט, אבער אמאל קען א מענטש ווערן זאט פון א ניגון אדער פון א מראה אבער דעמאלטס דארף עס יא זיין מן המובחר א גאר גוטע ניגון אדער מראה, האט דער רבי געזאגט אז ווען מען בלאזט שופר פועל'ט מען ישועות אין הימל נישט קיין חילוק וויאזוי מען בלאזט, אבער ראש השנה שחל בשבת ווען עס איז נאר א זכרון תרועה דארף עס יא זיין מן המובחר און יעדע איד דארף מתפלל זיין בלב שלם און טוהן תשובה בשלימות און נאר אזוי קען מען אויפטוהן וואס מען טוט אויף געווענטליך מיט תקיעת שופר, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:45.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 1:50.
רבינו שליט"א האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה, און פארגעדאווענט מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש, און בפרט ביי די פסוקים פון זכרונות ווי דער רבי האט מאריך געווען בבכיות רב.
מיטן אינטערהאלטן רבינו שליט"א ביי כורעים זענען מכובד געווארן הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי''ו און הרה''ח ר' משה ברוך פאללאק הי''ו.
מיט די פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הרה''ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי''ו, הרה''ח ר' יוסף קליין הי''ו, הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו, הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, הרה''ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי''ו.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו,
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' בערל ברמ"א פאלאטשעק הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 4:50.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות הרה''ח ר' משה פאלקאוויטש הי''ו,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק תקעו בחודש שופר בכסא ליום חגנו און ארויסגעברענגט אז עס ניצט תשובה טראץ נראה ונדחה אינו חוזר ונראה וויבאלד א איד גייט אויפשטיין צו תחיית המתים במילא האט ער א דין ווי א בעל חי און א בעל חי ווערט נישט נדחה, און דאס לערנט מען זיך אפ פון די לבנה וואס גייט אינטער יעדע חודש און שיינט צוריק אויף פון פריש יעדע חודש.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב ליפא אשכנזי שליט"א - ב''פ, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ושלו"ס ארום 7:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' נחמי' שלמה ווערצבערגער הי"ו - מאנסי.
כהן: הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי''ו - וומ''ס.
שלישי: הרה''ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי''ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר יואל ברי"א וויינבערגער שליט''א.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו - ב"פ.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט באין מליץ יושר מול מגיד פשע און נאכגעזאגט אויף 'יהי חסדך ה' עלינו כאשר יחלנו לך' אז אין די זכות וואס אונז האף מיר צו די גאולה השלימה יעדע יאר פון פריש טראץ מען איז נישט געהאלפן געווארן די פארגאנגענע יאר אין דעם זכות ניצט תשובה טראץ די טענה פון די מקטריגים אז פאריאר האט ער אויך תשובה געטוהן און נאכדעם ווייטער געזינדיגט,
האט דער רבי אויסגעפירט מיטן ווארט פונעם הייליגן רבי ר' זושא זי"ע וועלכע פלעגט יעדע נאכט תשובה טוהן און זאגן פאר הקב"ה אז טראץ נעכטן האט ער אויך געזאגט אז ער גייט שוין זיין ערליך אבער היינט מיינט ער עס אמת'דיג,
די זעלבע זאך איז ביי תקיעת שופר אז טראץ די שטן ווייסט אז פאריאר האט מען אויך געבלאזן שופר און דאך זענען די אידן נישט געהאלפן געווארן, דאך ווערט ער צעמישט יעדע יאר פון פריש וויבאלד ער האט מורא אז אפשר מיינען עס די אידן די יאר אמת'דיג, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: הר''ר משה אלי' גראס שליט''א - וומ"ס.
קל מסתתר: הר''ר אלי' גרויס שליט''א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מערבית.
בעל תפילה: הר"ר דוד בר"מ עקשטיין שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 9:20.
נאך מעריב איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן "א גוט יו"ט א גוט געבענטשט יאר", און אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחה"ט בהיכל השלחנות.
הגבהות הכוס: הרב יואל ישראל וואגשאהל הי"ו - מאנסי.
אויפן טיש איז געווען טעצער פירות, דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון די שהחיינו פירות, און דערנאך געטיילט שיריים פון די מילגרוימען פארן גאנצן עולם.
ביי די מייערן האט דער רבי געטיילט שיריים פאר די געסט פון לאנדאן.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק יקומך ה' לו לעם קדוש און נאכגעזאגט פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אז די עיקר פון יציאת מצרים איז געווען דאס ארויסנעמען די מצרי'שקייט פון אידישע הערצער און דאס איז נשלם געווארן ביי מתן תורה,
איינע פון די טעמים פון תקיעת שופר איז צו מעורר זיין מתן תורה, תקיעת שופר איז מעורר די זעלבע כח ווי מתן תורה און ציעט ארויס די גשמיות פון אידישע הערצער און אזוי ווערט מען נתעורר לתשובה.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א - ב''פ.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
=יום ב' דראש השנה=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד ארום 8:25.
דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט די בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם,
פסוקי דזמרה: הר"ר יצחק צבי ווייס שליט''א - אב"ד איהעל ב''פ.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
שחרית: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.
מיט די פתיחות ביי שחרית זענען נתכבד געווארן: הרה''ח ר' יושע ווערצבערגער הי''ו, הרה''ח ר' יודל כ''ץ הי''ו, הרה''ח ר' משה חיים שרייבער הי''ו, הרה''ח ר' הערשל פייערשטיין הי''ו, הר''ר חיים בעריש פילאפף שליט''א, הרה''ח ר' יוסף שרייבער הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 11:50.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מיטן קיטל, זילבערנע קאפל, און די ווייסע סטראקעס בעקיטשע.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הר''ר מאיר לייב קטינא שליט''א און הר''ר שמואל פריעדמאן שליט''א.
פסוקי שמע ישראל: בעל ברית נכד רבינו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט''א חתן הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.
הולכת הס"ת לבימה: הר''ר ישראל הערש ווייס שליט''א און הרה''ח ר' אשר ווידער הי''ו - מאנטריאל.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בבכיות ובהתעוררות רב.
כהן: הרה''ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי''ו.
לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו.
שלישי: הרה''ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי''ו.
רביעי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה די ערשטע ספר: הרה''ח ר' שבתי אבערלענדער הי''ו.
גלילה: הרה''ח ר' יואל בערנאטה הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
הגבה די צווייטע ספר: הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק שלמה פאלאטשעק הי"ו.
מען האט געענדיגט 12:35,
עס איז געווען פּויזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אריין לחדרו הפרטי.
ארום 1:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און מיטן קיטל פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זי''ע,
דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה" מיטן פסוק "אשרי העם יודעי תרועה" און ארויסגעברענגט אז ווען הקב"ה קוקט אן א מענטש קומט אראפ א ברכה פארדעם בעט מען השקיפה ממעון קדשך וברך את עמך ישראל, און דאס האט אברהם אבינו מתפלל געווען 'אשר יאמר היום בהר ה' יראה' אז הקב"ה זאל אנקוקן כלל ישראל,
דער רבי האט מאריך געווען בדברי מוסר זאגענדיג אז ווען מען טראכט אריין אז הקב"ה קוקט אים אן און וויאזוי מען זעט נעבעך אויס פארשמירט מיט עבירות דארף אנכאפן א גרויסע בושה, אזוי ווי די רמ"א זאגט אז א מענטש דארף אלץ טראכטן אז שויתי ה' לנגדי תמיד ווייל ווען א מענטש טראכט אייביג אז ער שטייט פאר הקב"ה כאפט אים אן א בושה און ער פירט זיך אויף אנדערש,
האט דער רבי געזאגט אז דאס אליינס אז ער האט א בושה דאס איז א תקומה פאר א מענטש, כמאמר חז"ל כל העובר עבירה ומתבייש מוחלין לו על כל עונותיו, אבער מען דארף האבן א זכיה אז מען זאל טאקע קענען צוקומען צו א אמת'דיגע בושה, און דער רבי האט מעורר געווען אז מען שטייט יעצט פאר תקיעת שופר דארף מען זיך מאכן א חשבון הנפש ווי מען האלט אויף דער וועלט און אפשר אזוי וועט מען זוכה זיין צו תשובה שלימה און צו א אמת'דיגע בושה, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:55.
דערנאך איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו - מאנטריאל , ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ח ר' מענדל לעווי הי"ו, און הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו.
רבינו שליט"א האט געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב,
בעל מקריא: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:45.
בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה"צ ר' שלמה זאבעל שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק'.
און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה ווי דער רבי האט פארגעדאווענט מיט א התעורורות רב וברגש קודש.
מיטן אינטערהאלטן רבינו שליט"א ביי כורעים זענען מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי''ו און הרה''ח ר' יקותיאל יוסף ניימאן הי''ו.
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' אברהם מאיר ראזענוואסער הי"ו, הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי''ו, הר''ר אלי' שלמה קאהן שליט''א, הרה''ח ר' משה אליעזר כ''ץ הי''ו.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו,
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 5:35.
נאך מוסף איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל נכד רבינו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א,
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
סנדק מעומד: הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט"א.
ברכות וקריאת השם: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל: מאיר, נאכן זיידן הגה"צ אבד"ק קאזלוב זצ"ל.
נאכן ברית האט מען געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט געוואונטשן מזל טוב פארן ציבור,
דערנאך האט מען געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: הר''ר איתמר מייזליש שליט''א, שמו"ע האט דער רבי געדאווענט מיטן טלית אויפן קאפ, מען האט געענדיגט ארום 6:10.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודת ברית בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די בני המשפחה.
ארום 7:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום המשך שלחן הטהור וסעודת ברית אין ביהמ"ד הגדול.
מען האט אויפגעגעבן קוגל און זיסע מייערן,
מען האט געזונגען ניגוני ימים נוראים און הר"ר הערשל קאהן שליט"א האט פארגעזינגען א ניגון מקובל פונעם הייליגן קדושת לוי זי"ע,
מיט אתה נגלית האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט"א.
און מיט יום ליבשה די בעל ברית הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט''א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק תקעו בחודש שופר בכסא ליום חגנו און ארויסגעברענגט אז ביי מתן תורה האט הקב"ה מקדש געווען כלל ישראל מיט חופה וקידושין, און די הלכה איז אז אשה ששברה כלי בבית בעלה איז פטור במילא א איד ווען ער טוט אן עבירה טראץ ער איז פוגם בעולמות העליונים איז ער פטור,
אזוי אויך איז די הלכה אז ווען א מאן ווארפט א גט צו א פרוי אויב פאלט עס קרוב לו איז די גט נישט חל, במילא וויבאלד הקב"ה איז מלא כל הארץ כבודו איז נישט חל קיין גט פון הקב"ה צו כלל ישראל און כלל ישראל האט א דין אשה לבעלה צו הקב"ה,
עס איז דא פילע חיובי בעל לאשה און הקב"ה איז מחיוב אלעס איינצוהאלטן, עס איז דא א חיוב פון מזונות, א חיוב פון לרפאותה, און א חיוב פון לפדותה, הקב"ה איז מחיוב צו געבן פאר כלל ישראל פרנסה, רפואות, און אויסלייזן פון גלות, און דער רבי האט מסיים געווען זאגענדיג אז 'זמן חירותינו' איז בגי' תשפ"ז און דער רבי האט אנגעוואונטשן אז עס זאל קומען די יאר א 'זמן חירותינו' חירות פונעם יצר הרע, חירות פונעם מלאך המות, און חירות פונעם גלות, בביאת גואל צדק בב"א.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמנ'ס די בני המשפחה.
מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו.
דער רבי האט געמאכט הבדלה, און נאך הבדלה געוואונטשן פארן גאנצן ציבור "א גוטע וואך א גוט יאהר",
נאך הבדלה האט זיך דער רבי באדאנקט פאר די בעלי מנגנים, מען האט געענדיגט ארום 9:00 אזייגער און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה וזמרה.
"ויה"ר שיתקבלו תפלתינו לרחמים ולרצון".
~🌴~