פרייטאג האזינו א' - ערב ראש השנה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג האזינו א' - ערב ראש השנה=
אום 5:18 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ק"י מעוטף מיטן טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת סליחות 'זכור ברית' און פארגעדאווענט מיט א שטארקע התעורורות.
מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' יעקב האלענדער הי"ו און הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 7:30 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק מאשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אלעזר פריעדמאן הי"ו.
ב"ר אברהם יצחק גאלדבערגער ע"ה.
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים און מסיים געווען די צווייטע מאל תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך האט דער רבי אויסגעטוהן די תפילין און געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירת מודעה.
"א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר"
~🌴~