דאנערשטאג האזינו א' - ה' סליחות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג האזינו א' - ה' סליחות=
אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אלימלך שמשון שווארטץ הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע ברי"י גפן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר ברוך יצחק ווייס הי"ו.
ב''ר ליפא מענדלאוויטש הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
זמני כניסה איז געווען פון 6:45 ביז 10:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:45 און מעריב ארום 10:50.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א אסיפה בקודש פנימה אינאיינעם מיט די הנהלה און אדמיניסטראציע פון 'עזר העלט סענטער' ווי מען האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט פילע דעטאלן וויאזוי צו אויסברייטערן און פארבעסערן די העלט סענטער לטובת די אלפי תושבי ק"י,
דערביי האט דער רבי ממנה געווען פרישע חברי הנהלה וועלכע זאלן שטיין צו די הילף פאר די ביז יעצטיגע הנהלה, ה"ה הרה"ח ר' יצחק שלמה פאלאטשעק הי"ו, הרה"ח ר' אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו, און הרה"ח ר' שלום יצחק הערשקאוויטש הי"ו,
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז זיי אלע זענען שוין לאנג יעריגע עסקנים און וועלן קענען ניצן זייער עקספערטיז ארויסצוהעלן די העלט סענטער לשביעת רצון פון די אלפי תושבי ק"י, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די נייע חברי הנהלה, און פאר די יעצטיגע חברי הנהלה.
א גוטע נאכט.
~🌴~