מאנטאג האזינו א' - ב' סליחות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג האזינו א' - ב' סליחות=
אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול,
בעל תפילה: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב.
מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל ב"ר יעקב פארקאש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
אנהייב פון די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די מחותנים הרה"ג ר' אברהם יחזקאל פריעדמאן שליט"א - אב"ד קאמאדע מאנסי און הר"ר אברהם פאנעט שליט"א בן האדמו"ר מדעעש ק"י שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש שטייענדיג אין די ימי השבע ברכות פון שמחת נישואי צאצאיהם למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
ארום 7:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
צווישן די הונדערטער אנשי שלומינו וועלכע זענען אריין לברך ולהתברך זענען אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א - דומ"ץ קרית טאהש, הרה"ג ר' אברהם דוד ווארפמאן שליט"א - אב"ד בוטשאטש מאנסי, הרה"ג ר' העניך מרדכי מייזליש שליט"א - רב דביהמ"ד טאלטשאווע ק"י, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו לקראת די ימי הרחמים והרצון.
ארום 9:40 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ב"ר יצחק וויינגארטן הי"ו און הרה"ח ר' יודל מאשקאוויטש הי"ו.
ארום 12:00 אזייגער איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מקיוויאשד שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי דוד מ'קשאנוב זצ"ל וואס די יארצייט איז געפאלן היינט כ"ה אלול,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר האדמו"ר מקיוויאשד שליט"א און פאר בנו הר"ר דוד האלבערשטאם שליט"א - מנה''ר פון מוסדותינו הק' אין לינדען, און דערביי האט זיך פארמירט א שמועס איבער די בליה און וואוקס פון קהילתינו ומוסדותינו הק' אין שטאט לינדען, און דער רבי האט ארויסבאגלייט ביזן גאס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.
נאך די זמני כניסה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו היושב ע"פ אביו הרה"ח ר' הערשל ע"ה.
א גוטע נאכט.
~🌴~