שבת קודש פרשת נצו"י
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת נצו"י=
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' צבי טובי' עפשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:35.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון אלע סניפי ישיבות קטנות פון ק"י.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אור אייניקל הב' חיים הערש אשכנזי ני"ו בן הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען די מנהלי ישיבה קטנות,
כל מקדש: הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א - מנהל סניף ייטב פנים.
מנוחה ושמחה: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - מנהל סניף אבני צדק.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אתם נצבים היום כולכם און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון חצי שיעור.
קה אכסוף: הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א - מנהל סניף קדושת יו"ט.
ברכת המזון: הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי מרדכי דוב מהארנסטייפל זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג כ"ב אלול.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב הערש בר"ש היימאן הי"ו - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:25.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות: הרה"ח ר' ישראל ארי' פישער הי"ו - ב"פ.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יונה בערנאטה הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' דוד יודא הירשפעלד שליט"א - דומ"ץ מונקאטש מאנסי.
הולכת הס"ת לבימה: הרב אלטר וואגשאהל שליט"א - ב"פ.
כהן: החתן משה ב"ר מאיר מענדל ווייס הי"ו.
לוי: החתן שלמה יעקב ב"ר מרדכי יחזקאל לעווי הי"ו.
שלישי: החתן בנימין זאב ב"ר הלל הערשקאוויטש הי"ו.
רביעי: ר' עמרם אקער הי"ו.
חמישי: ר' שלמה מנשה בר"ש דייטש הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שמואל מאיר שרייבער הי"ו.
ר' ברוך מרדכי אקערמאן הי"ו.
ר' יעקב נפתלי קאסירער הי"ו.
ר' יעקב ברד"ל גליק הי"ו.
שביעי: ר' שלמה ברא"מ בראך הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: ר' נחום מרדכי ברמ"ח שפיטצער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יודא לייב מאשקאוויטש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' הלל הערשקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
החזרת הס"ת: הרה"ח ר' יצחק אהרן הירשפעלד הי"ו - מאנסי.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרב יצחק אייזיק רובין שליט"א - ב"פ.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
נאכמיטאג ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אראפגעקומען אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי די קאפעליע האט פארגעזינגען די נייע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן לקראת די ימים נוראים הבעל"ט,
דער רבי האט זיך צוגעהערט צו די ניגונים א לענגערע צייט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:55.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' מאיר שלמה פילאפף הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו.
כהן: ר' יעקב ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' דוד יערמיאש הי"ו.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו.
ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אתם נצבים היום כולכם און ארויסגעברענגט אז דורך טבילה במקוה איז מען זוכה אז הקב"ה איז קונה כלל ישראל מיט קנין משיכה דורך קורא לה והיא בא און מען דארף נישט צוקומען צו הכישה במקל,
אזוי אויך האט דער רבי נאכגעזאגט פונעם חתם סופר אז א געווענטליכע יאר ראש השנה איז דא מ"ח שעות, ראש השנה שחל בשבת קומט צו נאך א מעת לעת פון קדושת שבת, במילא איז דא ע"ב שעות כמנין חס"ד און עס איז מעורר מידת החסד פון הקב"ה אז עס זאל זיין קורא לה והיא בא,
דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן נייעם יאר עס זאל זיין תכלה שנה וקללותיה עס זאל זיך ענדיגן די הכישה במקל מיט אלע קלעפ וואס מען האט געכאפט די פארגאנגענע יאר, און עס זאל זיין תחל שנה וברכותיה מיט קורא לה והיא בא, און זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה און כל מילי דמיטב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו - ב"פ.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:15.
א גוטע וואך.
~🌴~