שבת קודש פרשת מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת מקץ
שבת חנוכה - ר"ח טבת
בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס.
ארום 4:00 אזייגער האט רבינו שליט"א אנגעצינדן די מנורה בביתו נאוה קודש, און געזאגט די הנרות ביז מעוז צור כנהוג.
ארום 5:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
פאר קבלת שבת איז פארגעקומען די אפיעל פארן בית הוראה דקהלתינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים העללער.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה לצעירים וומ"ס.
אשת חיל האט דער רבי אנגעהויבן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל ישיבה לצעירים.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א מו"ץ בשכונת קעסקעיד.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. 'פתילות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת אין מדליקין בהן בחנוכה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מלאכה שאינה צריכה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' ברוך אילאוויטש - בני ברק.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן שינאווא רב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג ו' טבת.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ מאנטריאל שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' מנחם דוד מאשקאוויטש.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יחזקאל פרענקל - ר"מ בישיבת צעירים.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:30.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, און פארגעדאווענט הלל מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה:
הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער,
הרה"ג ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב,
הרה"ח ר' אהרן זילבערשטיין.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער.
כהן: הרה"ח ר' מרדכי גימפל קאהן.
לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
רביעי: החתן מרדכי אפרים פישל ב"ר יושע צבי פריינד - באווארפן.
חמישי: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש.
שביעי: הב' החתן המשב"ק דוב אלטר ברוך גפן.
ר' אלעזר מויזקאפף, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הגבה: הרה"ח ר' ברוך אילאוויטש.
גלילה: הרה"ח ר' ישעי' שלום זילבערשטיין.
אחרון: ר' שמעון ווערצבערגער, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הגבה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין - משב"ק.
גלילה: הרה"ח ר' מאיר פערל.
מפטיר: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ.
הגבה: הרה"ח ר' יוסף זאב מויזקאפף.
גלילה: הרה"ח ר' חיים ווערצבערגער.
דער רבי האט געזאגט די הפטורה פון שבת חנוכה.
צו תפילת מוסף איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען לכבוד שבת ראש חודש.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' אברהם חיים קליין - אסטראליע.
מען האט געענדיגט ארום 1:00.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' עקיבא הירש.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' יעקב טעלער.
כהן: ר' ליפא גליק.
לוי: ר' ישעי' וואזנער.
שלישי: הרה"ח ר' עוזיאל לעפקאוויטש.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' משה יודא בר"ש הירש.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער.
שיר המעלות: הרה"ג ר' מאיר יעקב לייכטאג.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק וטבח טבח והכן, ווי די שלטי גבורים זאגט אז טב'ח והכן' איז די אותיות חנוכה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די גאנצע נס חנוכה איז נאר געקומען בזכות פון אמונה און חנוכה איז טאקע די אותיות חנו-כה אז מען האט גערוהט בזכות פון די כ"ה אותיות פון די פסוק שמע ישראל, און אז פון אמונה איז א ראי' די אז קידושין ביי מתן תורה האט חל געווען, און אז די קידושין האט חל געווען איז הקב"ה מחיוב צו שפייזן כלל ישראל און אזוי אויך אויסצולייזען כלל ישראל מדין בעל לאשה,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי חיזוק בעניני אמונה און געזאגט אז בזכות אמונה וועט מען זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
פאר מעריב האט דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער אנגעצינדן די מנורה.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יעקב איצקאוויטש.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:10.
=מוצאי שבת קודש=
ליל ז' דחנוכה
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין וומ''ס צום זיבעטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים.
אזוי אויך האט הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערצבערגער פארגעזינגען יונים.
עס האט זיך אנגעזען די השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ד'ספינקא שליט"א.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די מזמרים און די קינדער פון די קאפעליע.
ארום 10:40 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כ"א. אין ארומגערעדט אין די סוגיא פון מתוך.
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען צינדט אכט טעג חנוכה, זיבן איז אנטקעגן די זיבן ספרים פון תורה שבכתב און די אכטע איז אנטקעגן תורה שבע"פ, און ביי תורה שבע"פ זעט מען אז עס איז דא א מושג פון גורעין ומוסיפין ודורשין און מיט דעם האבן די צדיקים א כח פון איבערדרייען אותיות און מאכן פון מות - רעב צו 'מעות רב',
און דער רבי האט אנגעווינטשן אז מען זאל ניצל ווערן מכל נגע ומחלה און עס זאל ווערן פון מות 'מעות רב' און דער רבי האט געזאגט אז חנוכה איז מסוגל פאר פרנסה און פאר רפואות, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.
א גוטע וואך.
~🌴~