מיטוואך נצבים וילך
אפדעיטס ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך נצבים וילך=
"לפני מלכים ושרים יתיצב"
מארגן דאנערשטאג וועט כ"ק מרן רבינו שליט''א אי''ה דאווענען תפילת שחרית בערך אום 8:00 אזייגער.
דערנאך ארום 10:00 אזייגער וועט דער רבי זיך ארויסלאזן פון ביתו נאוה קודש אין קרית יואל אויפן וועג צום סטוארט לופטפעלד וואו רבינו שליט''א אינאיינעם מיט בנו הגדול הגה''צ אב''ד ור''מ שליט''א וועלן זיך הייבן מיט א פריוואטע פליגער ארום 10:30 אויפן וועג צום ראנאלד רעיגען אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אינעם עיר הבירה וואשינגטאן די.סי. צום היסטארישע פרעזידענטליכע אויפנאמע אויפן פערזענליכע איינלאדענונג דורכ'ן פרעזידענט יר''ה לטובת יהדות החרדית.
דער רבי איז ערווארטעט אנצוקומען אינעם ווייסן הויז ארום 12:00 מיטאג צייט.
די אויפנאמע איז ערווארטעט פארצוקומען אינעם פרעזידענטליכע אויפנאמע צימער ווי דער פרעזידענט יר''ה וועט אויפנעמען רבינו שליט''א אינאיינעם מיט גדולי אדמורי"ם וראשי ישיבות שליט''א.
בערך אום 2:30 איז דער רבי ערווארטעט זיך ארויסצולאזן צום לופטפעלד אין וואשינגטאן אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל,
און שפעטער אין די נאכמיטאג שעה'ן וועט זיין די טעגליכע קבלת קהל לקראת די ימי הרחמים והרצון.
אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר זענען מתפלל ותטה לב המלכות עלינו לטובה ותגזור עלינו גזירות טובות.
=לב מלכים ושרים ביד ה'=
~🌴~