דינסטאג נצו"י
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג נצו"י=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים ברי"ש פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אפרים גאלדמאן הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ו'.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הצלחה וואס די ישיבה האט געהאט די יאר ווי מען האט געהערט גאר גוטע גריסן פון די ישיבה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן גוטע שידוכים פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספר ברך משה - סוגיות הש"ס פאר אלע בחורים.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער בביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הרבני הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו - מראה"ק במאנסי, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרבני הנגיד ר' הערשל הי"ו און פאר די גאנצע משפחה,
דערנאך האט דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו געמאכט די מי שברך כנהוג.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט די זיבעטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'חצי שיעור' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
צום סוף האט דער רבי ארומגערעדט איבער די סוגיא שיעורים זאגענדיג אז נאכן פארלערנען זיבן סוגיא שיעורים האלט מען נאך אלץ ביי א חצי שיעור, און עס איז נאך דא אסאך צו עוסק זיין אין די סוגיא, און געזאגט אז מארגן מיטוואך וועט מען נישט פארלערנען זייענדיג אין וומ"ס, און דאנערשטאג אויב וועט זיין א מעגליכקייט וועט מען בעז"ה פרובירן פארצולערנען א סוגיא שיעור, און דער רבי האט אויסגעפירט אז בכל אופן בעט מען די בחורים אויסצוניצן די צייט און ענדיגן די וואך מיט לימוד התורה,
נאכן סוגיא שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:45.
נאך סוגיא איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 4:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א לברך ולהתברך לקראת די ימים נוראים הבעל"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:00 אזייגער, און מעריב ארום 10:30.
~🌴~