אין די פארגאנגענע טעג איז פארגעקומען א אסיפה בקודש פנימה אינאיינעם מיט די רבני ועסקני קהל חסידים קאסא גראנדא…
בילדער ·
🌴בצל הקודש🌴
אין די פארגאנגענע טעג איז פארגעקומען א אסיפה בקודש פנימה אינאיינעם מיט די רבני ועסקני קהל חסידים קאסא גראנדא אריזאנע אינאיינעם מיט עטליכע רבנים פון די וועד הרוחני פון קבוצת אנ"ש אריזאנע, צווישן אנדערע הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א - דומ"ץ קראלי וומ"ס און הרה"ג ר' בנימין גרין שליט"א - מראשי ישיבה דמאנסי צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די אסיפה וועלכע איז פארגעקומען אין מאנסי פאר פילע אנשי שלומינו וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די קבוצת אנ"ש,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מעלות פון די שטאט קאסא גראנדא און איבער די פלענער אויפצונעמען א רב מטעם קהלתינו הק' נאך וואס עס וועלן זיך אריבערציען א געוויסע צאל אנשי שלומינו,
דער רבי האט א לענגערע צייט איבערגעקוקט די רשימה פון די פילע אנשי שלומינו וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די קבוצת אנ"ש און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די רבנים ועסקנים, ובפרט פאר הר"ר חיים שלמה בערגער שליט"א - רב דקהל חסידים, און פאר הרב יושע רובין שליט"א - מייסד הישוב.
~🌴~





