דאנערשטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג מקץ
=יום ד' דחנוכה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר ווייס ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר יוסף ישעי' יחיאל זאבעל.
ב''ר שלמה צבי שפילמאן.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
און מעריב ביים זמן ר"ת.
פאר מעריב האט הב' שניאור זלמן בן הר"ר יואל עקשטיין אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין וומ''ס צום פיפטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים.
ארום 10:10 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כ"א, אינעם סוגיא פון כל הראוי' לבילה אין בילה מעכבת.
און דערנאך בדרך אגדה פארוואס נשים זענען מחיוב בנר חנוכה ווייל אף הם היו בהנס נצחון המלחמה, דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם קדושת לוי אז די נס חנוכה איז געקומען נאר דורכדעם וואס די נשים צדקניות האבן געצינדן נר שבת.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברי התעוררות בנוגע עניני צניעות בלבוש ובהתנהגות, בפרט במקומות העבודה בין אנשים לנשים, און כ''ש צווישן ערלים.
דערנאך האט רבינו שליט"א מעורר געווען ווי שטארק מען דארף נזהר זיין צו נעמען תפילין ומזוזות ביי אן ערליכער סופר א יר"ש, ארויסברענגנדיג וויפיל סופרות איז שווערער פון שחיטה, און דאך האט שחיטה אן השגחה מעולה, און דער שוחט פארלירט נישט קיין געלט. משא"כ סופרות ווי ס'איז בינו לבין קונו, ס'איז נישטא קיין השגחה, און די שאדן איז זיינס.
רבינו שליט"א האט שטארק אויפגעפאדערט צו באשטעלן תפילין ומזוזות ביי א סופר א יר"ש דירעקט, און נישט גיין דורך מעקלערס און סוחרים ווי אלעס איז איש מפי איש אן קיין השגחה פון וועמען ס'קומט.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:15
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער געפארן קיין בארא פארק צו ניחום אבלים ביי משפחת הרה''ח ר' משה שמואל פארקאש ע''ה מראשי קהילתינו בב''פ
א גוטע נאכט
~🌴~