שבת קודש פרשת כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת כי תבא=
ערב שב"ק ארום 6:00 אזייגער נאכמיטאג איז דער רבי אריבער צו די נייע 'מכובד זאלן' בביתו נאוה קודש אויף איהעל ווי עס איז די וואך צום ערשטן מאל פארגעקומען פיר שמחת שבת שבע ברכות אויף די מכובד סטאנדארטן פאר די ביליגע פרייז פון $2,700,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף אלע זאלן און דערביי געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער די גרויסע סוקסעס פון די נייע מכובד שבת שבע ברכות זאלן ווי ס'איז שוין דא איבער 100 בוקינגס שטייענדיג קוים א חודש נאכן אנהייבן אננעמען שמחות, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן משה ב"ר מאיר מענדל ווייס הי"ו,
החתן חיים שלום ב"ר אברהם אלי' פויגעל הי"ו,
החתן משה ב"ר יחזקאל טעללער הי"ו,
החתן ישראל מאיר ב"ר יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו.
ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:50.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בדברים העומדים על הפרק,
דער רבי האט ארומגערעדט איבער די הזמנה וואס מען האט באקומען די וואך פון די ווייסע הויז אריבערצוקומען זיך צו טרעפן מיטן פרעזידענט יר"ה,
דער רבי האט געזאגט אז מתחילה האב איך עס אפגעזאגט זאגענדיג אז עס איז בכלל נישט קיין גדולה צו זיצן מיט א גוי אז מען זאל אוועקגעבן אזויפיל צייט פאר דעם, ובפרט אז מען שטייט יעצט אין חודש אלול און מען דארף זיך גרייטן צו די ימים נוראים און פארלערנען שיעורי סוגיא בהיכל הישיבה, אבער וויבאלד מען איז געקומען זאגן אז עס קען ארויסקומען א הילף פאר אחב"י וועלכע זענען בעת צר האט מען אפגעמאכט אז מען גייט יא פארן און האפענטליך וועט מען קענען פועל'ן וואס מען דארף, און אולי וועט מען אויך קענען בעטן צו שתדלן פאר אחב"י בארה"ק איבער די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות,
דער רבי האט אויסגעפירט מיט א בקשה צו די בחורים אז מען זאל נישט ליגן אין די נייעס און זיך נישט קאכן אין דעם כדרכו של בחורים, נאר מען זאל עוסק זיין אין די סוגיא פון חצי שיעור, און געזאגט אז איין שיעור אין די סוגיא פון חצי שיעור איז מער ווערד פון די גאנצע מעשה.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א - דומ"ץ קראלי וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה און עס אויסגעטייטשט בדרך אגדה אז וויבאלד כלל ישראל האט א דין אשה לבעלה צו הקב"ה און די הלכה איז אז האשה ששברה כלי בבית בעלה איז פטור, במילא איז כלל ישראל אויך פטור טראץ מיט יעדע עבירה איז מען פוגם בעולמות העליונים.
קה אכסוף: הר"ר משה אהרן דאווידאוויטש שליט"א - אב"ד סעקעלהעיד ב"ב.
ברכת המזון: הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה ב"פ.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הגאון רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג כ"א אלול.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' שלום לייפער שליט"א - אב"ד דינוב בית שמש.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' יושע בר"ח קארנבלי הי"ו.
אז ביום השביעי: הר"ר משה אלי' גרין שליט"א - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:50.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות: הרה"ח ר' ארי' בר"מ הערשקאוויטש הי"ו.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם גוטמאן הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דניאל בוכינגער הי"ו - מאנסי.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר משה אהרן דאווידאוויטש שליט"א.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו.
כהן: החתן משה ב"ר מאיר מענדל ווייס הי"ו - באווארפען.
לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א.
רביעי: החתן חיים שלום ב"ר אברהם אלי' פויגעל הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן משה ב"ר יחזקאל טעללער הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' חיים הערש גלאנצער הי"ו.
ר' מענדל בר"ב קליין הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר יואל בר"א גוטמאן הי"ו.
הוספות: החתן יושע ב"ר ישראל העניך קרויס הי"ו.
החתן דוד אלי' ב"ר יואל ברמ"ש ווייס הי"ו.
הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
אחרון: החתן קלמן אליעזר ב"ר מאיר זאלדאן הי"ו.
מפטיר: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
הגבה: הרה"ח ר' דוד שטוהל הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו.
החזרת הס"ת: הרה"ח ר' יודא ארי' מאשקאוויטש הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה''ח ר' קאפיל שעהנברוין הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
ביים קידושא רבא בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדת רבינו, בת הנולדה אצל הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין וומ"ס.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב דוב לעווי הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אליעזר דוד אינזליכט הי"ו.
שלישי: הר"ר יודא בער טעללער שליט"א - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה שטוהל הי"ו - וומ"ס.
ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה און ארויסגעברענגט אז נאר אויב מען האט א חיות דקדושה ווערט מען אנגעריפן א בעל חי און אזוי ניצט תשובה און מען זאגט נישט אז נראה ונדחה אינו חוזר ונראה, און דאס איז מען מתפלל כתבינו בספר החיים אז מען זאל ווערן אנגעריפן א חי און נישט ווי רשעים בחייהם קרואים מתים,
דער רבי האט נאכגעזאגט פון רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע אז בזמן שביהמ"ק היה קיים האט די קטורת פארמאגט צוויי סגולות, עשירות און המנעת מיתה, און בזמנינו אלה זענען די צוויי סגולות אריבער צו מצות קרי"ש און דורך מצות קרי"ש איז מען זוכה מען זאל נישט ווערן אריינגעשריבן אין די ספרי מתים נאר מען זאל ווערן אנגעריפן א בעל חי און עס זאל ניצן תשובה,
דער רבי האט מעורר געווען אז מען שטייט שוין אין די צווייטע האלב פון חודש אלול און מען דארף זיך מאכן א חשבון הנפש וואס מען האט שוין אויפגעטוהן די ערשטע האלב חודש, און דער רבי האט מעורר געווען נזהר צו זיין צו ליינען קרי"ש כתיקונה און אזוי זוכה זיין צו תשובה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הר"ר מאיר מאיער שליט"א - ב"פ.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן מרדכי דוב בהר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:40.
ארום 12:00 איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מען האט געזינגען ניגוני שמחת התורה,
עס האט זיך פארצויגן א שמועס מיט חתנו הרה"ח ר' חיים הערש מיטטעלמאן הי"ו איבער פארשידענע דירות פראיעקטן אין ק"י, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרבני הנגיד ר' משה הי"ו ובני משפחתו.
אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מען האט געזינגען ניגוני שמחת התורה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני סופרות און זכרונות פון הרה"ח ר' אהרן פאללאק ע"ה - סופר מומחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שלום מאיר הי"ו ובני משפחתו.
דערנאך איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי נפתלי אלימלך רייך שליט"א - אב"ד בית משה אהרן פשעווארסק אנטווערפען,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן הייליגן ייטב לב זי"ע און דערביי האט ער געוויזן פאר רבינו שליט"א א כתב מיט אן ארגינעלע חתימה פונעם ייטב לב און דער רבי האט מעיין געווען דערין א לענגערע צייט,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה חברי 'מפעל חזקת טהרה' שע"י וועד המקוואות דקהלתינו הק' ק"י וועלכע פארן ארום געבן השגחות אויף פילע מקוואות איבער גאנץ אמעריקע,
די רבני הוועד האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פילע פעולות להרבות טהרה בישראל און דערביי אנגעפרעגט פארשידענע הוראות איבער וויאזוי זיך צו פירן ביי פארשידענע אופנים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו - מגדולי עסקני קהלתינו הק' בכל קצוי תבל,
מען האט געמאכט קבלת קנין און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
אזוי אויך זענען אריין בקודש פנימה עסקני וועד לטהרינו שע"י קהלתינו הק' און מען האט איבערגעגעבן א באריכט איבער די קאמפיין וועלכע איז פארגעקומען בין כותלי מבצר הכוללים ווי רוב אינגעלייט האבן זיך מקבל געווען א קבלה טובה ארויפצוגיין א דרגה בעניני טעכנעלאגיע,
דער רבי האט א לענגערע צייט איבערגעקוקט די קבלת טובות ובפרט די רשימה פון די הונדערטער אינגעלייט וועלכע האבן זיך מקבל געווען נישט צו פארמאגן קיין טעקסט, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך ארום 12:45 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל אודיטאריום ווי עס איז פארגעקומען די סיום מסכת קידושין דורך די אריבער 400 תלמידי 'כתה מכינה לישיבה' כ"י פון ביידע סניפים פון מוסדותינו הק' ק"י, מיט די השתתפות פון די עלטערן און זיידעס פון די בחורים,
עס איז פארגעקומען די בחינה פומבי דורך הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו וומ"ס, וועלכע האט פארהערט די בחורים אויף גאנץ מסכת קידושין, און דערביי האט דער רבי אויך געפרעגט פילע שאלות פון די בחורים אויף וואס די בחורים האבן געענטפערט בטוב טעם ודעת,
דערנאך האבן די בחורים צוזאמען אדורכגעלערנט די גאנצע מסכת,
צו מאכן די סיום איז מכובד געווארן נכד רבינו הב' יוסף בהרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א - רב דביהמ"ד קול אליהו, און מיטן זאגן די הדרן נכד רבינו הב' אלימלך בהרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב, און מיטן זאגן קדיש הרה"ח ר' פישל ב"ר יעקב ישראל פריינד הי"ו,
דערנאך האט זיך דער גאנצער ציבור ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים און פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פאר די מנהלים הר"ר יואל שפיטצער שליט"א און הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די שמחה ווען אזויפיל בחורים זענען מסיים א מסכת, און געזאגט אז עס זענען דא 408 בחורים אין כתה ט' וואס דאס איז בגי' "צום קול ממון" וואס דאס קומט זאגן אז ווען 408 בחורים זענען עוסק בתורה איז דאס מעורר צום קול ממון און מען איז זוכה צו א כתיבה וחתימה טובה, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פאר די חשוב'ע עלטערן און זיידעס און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א זמירות ברך משה,
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד צאנז ק"י היושב ע"פ אחיו הרה"ג ר' ברוך ז"ל - אדמו"ר מצאנז ב"פ,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי בית צאנז און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.
~🌴~