פרייטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג כי תבא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה דוד שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף ברח"י הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב''ר שרגא אלימלך קליין הי"ו.
ב"ר יואל יוסף מארקאוויטש הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זצ"ל.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה חתנים מתלמידי הישיבה אפצונעמען ברכת הקודש לרגל דאס אפרייזן למקומות הקדושים אין אייראפע קומענדיגע וואך אינאיינעם מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוט שבת.
~🌴~