דינסטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג כי תבא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן בר"מ גאלדשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ישי מערץ הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם משה גאטעסמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יעקב יואל גליק הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'.
דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריין בקודש פנימה ווי די בחורים זענען אריבער בפתקא ובפדיון לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון, ולרגל דאס אפרייזן למקומות הקדושים אין אייראפע דעם קומענדיגן זונטאג נצו"י, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר יעדעם באזונדער און פארטיילט שליח מצוה געלט.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'חצי שיעור' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
נאכן סוגיא שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:30.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי יצחק רייך שליט''א - אב"ד פשעווארסק וומ''ס צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30 און מעריב ארום 11:40.
א גוטע נאכט.
~🌴~