זונטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג כי תבא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר רובינשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישראל ברוך קליינבערגער הי"ו.
ב"ר מענדל פארקאש הי"ו.
ב"ר חיים יודא פריעדמאן הי"ו.
ב"ר שמואל אליעזר חיים פערל הי"ו.
ב"ר אהרן וויינבערגער הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:40 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין לינדען ניו דזשערסי צו באשיינען די חומש סעודה פון תלמידי מוסדותינו הק' אין לינדען וואס איז פארגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין לינדען מיט די באטייליגונג פון די עלטערן און זיידעס פון די קינדער.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:50 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג רב דקהלתינו שליט"א און די אנוועזנדע רבנים, פאר די קינדער און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמחה ווען תשב"ר הייבן אן צו לערנען חומש וואס איז א התחלה פאר אלעס וואס זיי גייען לערנען א גאנץ לעבן, עס איז א שמחה פאר אלע קינדער, פאר זייערע עלטערן און זיידעס, און פאר די גאנצע קהילה,
דער רבי האט מאריך געווען בשבח הקהילה זאגענדיג אז עס איז נאך טאקע א קליינע קהילה אבער נאר בכמות, באייכות איז עס גאר א שיינע קהילה, א חשובע קהילה, א חשובע רב, און שיינע מוסדות, און בעז"ה וועט עס אויסשטייגן גאר שיין אין אלע ענינים, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פאר די הנהלת המוסדות והקהילה און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך זענען די חתני המקרא אריבער און דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, אויך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די תלמידים פון די עלטערע כתות פון מוסדותינו הק',
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן אונטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די מקוה און די היכל התורה און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הביהמ"ד,
מען האט געענדיגט ארום 3:30.
דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צו די מקוה טהרה דקהלתינו הק' וועלכע איז אין די טעג פארענדיגט געווארן ברוב פאר והדר,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די גאנצע מקוה מיט אלע הידורים און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.
דערנאך איז דער רבי אריבער בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב יואל ווייס הי"ו וואו פילע אנשי שלומינו תושבי העיר זענען אריין בקודש פנימה לקראת די ימי הרחמים והרצון,
ביים אנקומען האט דער רבי געמאכט א לחיים לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם דירה, און אנגעוואונטשן פארן בעל אכסניא הרה"ח ר' יעקב יואל הי"ו, פאר זקינו הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו, און פאר די גאנצע משפחה.
זמני כניסה איז געווען פון 3:50 ביז 6:15.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בשבח פונעם שטאט לינדען, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און עקסטער געוואונטשן א ברכת מזל טוב שטייענדיג אין די ימי השבע ברכות לרגל שמחת נישואי נכדו למז"ט.
אויך איז אריין בקודש פנימה הר"ר נתן דוד אשכנזי שליט"א - אב"ד סטאניסלאוו לינדען מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
סוף פון די זמני כניסה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות ווי פילע אנ"ש תושבי לינדען האבן מנדב געווען גרעסערע סכומים לטובת די בנין הת"ת פון מוסדותינו הק',
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט יעדע נדבן באזונדער און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון האברך ר' עמרם פישמאן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויף א כתה בבנין הת"ת פון מוסדותינו הק',
עס איז אנוועזנד געווען הרה"ג ר' יושע פרץ שנעבאלג שליט"א - אב"ד זידיטשוב לינדען,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די טיהרן,
ארום 6:30 האט דער רבי פארלאזט די שטוב און איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר ראשי ועסקני קהלתינו ומוסדותינו הק' און אהיימגעפארן קיין ק"י.
ביים אנקומען קיין ק"י איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון גינת קליין צום שמחת החתונה פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מראחיסטריווקא שליטא פון ב"פ ונכד האדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד צאנז ק"י ומנה"ר במתיבתא הק',
דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:30 און זיך משתתף געווען ביים מעמד קבלת פנים מלובש בבגדי שבת,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די חשובע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז דער רבי געגאנגען צום באדעקן און דערנאך ארויס צום מעמד החופה,
דער רבי האט מסדר קידושין געווען און נאך די חופה אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקוויין שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט זכרונות פון זקינו הרה"ק מסקווירא זצ"ל,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און עקסטער אנגעוואונטשן ברכת קדשו לרגל פתיחת בית מדרשו החדש אין אקוויין.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אבד"ק גלאגוב שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~