פרייטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג כי תצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי יוסף בראדער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין קליין אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מאיר אלי' גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר יואל ראזינגער הי"ו.
ב"ר יצחק אייזיק פאוועל הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וחתן הרה"ג ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א - ר"י דושינסקיא בארה"ק,
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות,
מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי האט געזאגט די ברכות וקריאת השם, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל יודא' נאך די זיידע הגה"צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל.
נאך די ברית איז מען אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
דערנאך איז דער רבי אראפ צום פערטן שטאק ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'ברנה יקצרו' וסיום חזרת לימודי השנה דורך די קרוב צו 500 תלמידי כתה ה' פון אלע סניפים פון מוסדותינו הק',
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די מלמדים און אלע קינדער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק מיט דברי הכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום סעודת ברית אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט',
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת ברית און אויפגעריסן די חלה מיט די האנט כנהוג אום ערש"ק,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרב מאיר אליעזר שליט"א,
אויך האט איינער פון די בחורים פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע,
דערנאך האט דער מנהל איבערגעגעבן א קוויטל כוללות פון די בחורים וועלכע האבן אינאיינעם געלערנט אריבער 2,000 שעות רצופות אלץ הכנה צום באזוך פון רבינו שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען די מנהל הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט אז מצות מילה ברענגט אריין חכמה אין א מענטש אז מען זאל קענען אפמאכן ווען זיך צו באניצן מיט מידת ענוה און ווען מען דארף זיך יא באניצן מיט מידת הגיאות,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די בחורים זאגענדיג אז דאס דארף יעדע בחור צו וויסן אז ווען די יצר הרע זאגט אים אז עס פאסט נישט אז ער זאל טוהן די דבר טוב וכו' דאס איז ענוה פסולה! און מען זאל זיך באניצן מיט מידת הגיאות ווען עס פעלט זיך אויס פאר עבודת ה', ובפרט אום חודש אלול דארף מען זיך אנגארטלען מיט א גיאות דקדושה און ארויפגיין מיט א מדריגה העכער ווי א גאנץ יאר, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די מלמדים, מען האט געענדיגט ארום 2:00 אזייגער.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פונעם בעל ברית ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות.
א גוט שבת.
~🌴~