מיטוואך כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך כי תצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' לוי יצחק לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמואל עקשטיין הי"ו.
ב"ר דוד בר"א קויפמאן הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע,
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז עס איז א חסד פון הקב"ה אז ער קוקט אויף די פגם פון א עבירה לויט וויאזוי עס קוקט אויס אויף די וועלט און נישט וויאזוי עס קוקט אויס בעולם העליון, און דאס איז בזכות פון לימוד התורה וואס 'אפילו אחד עוסק בתורה שכינה עמו' במילא אז די שכינה איז דא קוקט מען אויף די פגם העבירה לויט וויאזוי עס קוקט אויס אויף די וועלט, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש האט דער רבי געבענטשט די פלעשלעך האניג וועלכע וועט אפגעשיקט ווערן דורך הרבנית הצדיקת תליט"א פאר די הונדערטער אלמנות פון קהלתינו הק' פון איבער דער גארער וועלט,
דער רבי האט דערביי געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער די פעולות צו ארויסהעלפן די אלמנות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 3:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צו די יערליכע זמני כניסה פאר אנשי שלומינו לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
ארום 4:15 איז דער רבי אנגעקומען בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול צו די זמני כניסה,
במשך די זמני כניסה זענען אריין הונדערטער אידן אנשי שלומינו זקנים עם נערים לברך ולהתברך בפתקא ופדיון לקראת די ימים נוראים הבעל"ט.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה,
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.
נאך מנחה ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת הילולא און מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדה"ק,
נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל',
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א - אב"ד סיגוט מאנסי בן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז וויבאלד כלל ישראל זענען עבדים למקום קען הקב"ה אוועקנעמען עולם הזה פון די אומה"ע און עס געבן פאר כלל ישראל, טראץ יעקב און עשיו האבן זיך צעטיילט מיט די עולמות, וויבאלד א מלך האט א רעכט אוועקצונעמען פארמעגן פון מענטשן און עס געבן פאר זיינע קנעכט,
דער רבי האט נאכגעזאגט אז עס איז א חסד פון הקב"ה אז ער קוקט אויף די פגם פון א עבירה לויט וויאזוי עס קוקט אויס אויף די וועלט און נישט וויאזוי עס קוקט אויס בעולם העליון, און דאס איז בזכות פון דעם וואס א מענטש לאזט זיך אראפ נידריגער פון זיינע מדריגות ארויסצוהעלפן פאר אנדערע, איז מדה כנגד מדה קומט הקב"ה אויך אראפ צום עולם השפל און באטראכט די עבירה פון די וועלט,
האט דער רבי אויסגעפירט אז דאס האט מען געזען ביים בעל הילולא זי"ע אז טראץ ער איז געווען א אדם גדול א אדם השלם מיט גרויסע מדריגות דאך האט ער זיך אראפגעלאזט צו יעדעם איינעם און בפרט צו בחורים און געפירט א ישיבה און מרביץ תורה געווען פאר בחורים, און אונז דארף מיר זעהן צו גיין אין זיינע וועגן און זיך פירן ווי תלמידים פונעם ייטב לב,
דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי און פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א וועלכע שטייט בראש פון די קהילה און די מוסדות, און דער רבי האט מעורר געווען אנ"ש צו שיקן נאר אין אונזערע ישיבות זאגענדיג אז טראץ עס איז אפשר דא בעסערע ישיבות, אבער אונזערע ישיבות סערווירט מען ווארעם, מען ווערט ווארעמע חסידישע אינגעלייט, משא"כ אין די פרעמדע ישיבות בלייבט מען א קאלטע אינגערמאן, אזוי אויך האט דער רבי מעורר געווען אנ"ש צו ארויסהעלפן און שטיצן די מוסדות הק' צו קענען ענדיגן די נייע בנינים וואס בויען זיך יעצט פאר די ישיבה און פאר די בית רחל,
דער רבי האט מעורר געווען זיך צוצוגרייטן צו די ימי הרחמים והרצון מיטן לערנען ספרי חסידות וספרי מוסר און דער רבי האט קובע געווען מען זאל זיך מאכן א שיעור אין ספר תפארת שלמה זיך אנציווארעמען דאס הארץ צו תשובה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 9:50 און דער רבי איז צוריק אריין לחדרו הפרטי און ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.
ארום 12:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב,
נאך מעריב איז פארגעקומען בקודש פנימה א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישו החיתון פון די מחותנים הר''ר יחיאל מיכל בערקאוויטש שליט''א בן הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט''א וחתן האדמו"ר מסערעדנא ב"ב שליט"א, עב"ג הכלה בת הר''ר יוסף מאיר שמידמאן שליט''א בן הגה''צ אב"ד קראלי פלעטבוש שליט''א וחתן הר''ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל,
מען האט געמאכט קבלת קנין און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן קיין ק"י.
~🌴~