דינסטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג מקץ
=יום ב' דחנוכה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה ישראל גאטליעב, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יקותיאל מאלח.
ב"ר אהרן גאלדשטיין.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם אין היכל הביהמ"ד.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
און מעריב ביים זמן ר"ת.
פאר מעריב האט הב' אברהם יצחק בן הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום דריטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים.
ארום 9:50 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה, און ארומגערעדט אין די נידון פון 'אינו ראוי מדרבנן אי הוי אינו ראוי מן התורה'.
און דערנאך בדרך אגדה אז די דריטע נאכט חנוכה איז אנטקעגן מידת חנון און אין דעם טאג איז מען משפיע א מתנת חינם פאר יעדן איינעם אפי' מען איז נישט ראוי,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די חשיבות פון מצות מזוזה, און געזאגט אז עס גייט אי"ה צוקומען דעם ווינטער בערך 500 דירות און אלע דירות דארפן האבן מזוזות, און דאס מיינט אז מען גייט דארפן האבן בערך 5,000 מזוזות!
און דער רבי האט שטארק מעורר געווען נאר צו נעמען מזוזות פון ערליכע סופרים וואס מען קען, און נישט קויפן פון סוחרים וואס פארקויפן מזוזות פון ארץ ישראל מכל הבא לידם וואס אסאך פון די מזוזות איז פסול לגמרי!
און דער רבי האט געבעטן די סופרים זיך צו נעמען שרייבן מזוזות אז עס זאל זיין גענוג פאר אלע דירות.
און דער רבי האט אנגעווינטשן אז יעדער זאל האבן דירות און מען זאל האבן גענוג כשר'ע מזוזות פאר אלע דירות.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 10:35.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין מבצר הכוללים צום כינוס התחזקות פון חבורת ליל שישי, מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעורורות און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די יוונים האבן געוואלט צושטערן די שמחה של מצוה, און אין דעם דארף מען זיך מחזק זיין צו מקיים זיין מצוות מיט שמחה און מיט א ברען און א התלהבות, און ארויסגעברענגט די שבח פון די חבורה און געזאגט אז די חבורה איז א שטיין אין די קרוין פון קרית יואל! און געזאגט אז עס דארף זיך מרבה זיין נאך אזעלכע חבורות וואס דאס איז געווען די דרך הבעל שם, און אנגעווינטשן ברכות לרוב.
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
א גוטע נאכט
~🌴~