זונטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג כי תצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים גאלדמאן הי"ו אין ביהמ"ד היכל הברכה ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי ווי דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף קנין תורה בהנהלת הר''ר אשר אנשיל גריסגאט שליט''א אינעם נייעם בנין הישיבה וועלכע איז אין די טעג פארענדיגט געווארן די ערשטע פאזע פונעם בנין ברוב פאר והדר.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א און מיט הרבני הנגיד ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו - נדבן פונעם היכל הביהמ"ד 'היכל גדליהו',
דער רבי איז ארומגעגאנגן אינעם גאנצן בנין זיך אומקוקן אין דערביי געהערט א באריכט פון הרה''ח ר' הערשל ווערטהיימער הי''ו - יו"ר וועד קרן הבנין און רוח החיים פונעם פראיעקט, איבער די ווייטערדיגע בוי פלענער פון די צווייטע פאזע.
דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הישיבה און זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אליעזר יואל יערמיאש הי"ו.
ב"ר שלמה משה גרינפעלד הי"ו.
ב"ר דוד לוי קויפמאן הי"ו.
ב"ר אהרן יעקב לעבאוויטש הי"ו.
בעל תפילה: הרבני הנגיד ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהלים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די חנוכת הבית בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א האט אויפגעטרעטן לכבוד משפחת יערמיאש,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, פאר הרבני הנגיד ר' אברהם יקותיאל הי"ו, פאר הרה''ח ר' הערשל ווערטהיימער הי''ו, פאר די בר מצוה בחורים, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז געבן צדקה אום חודש אלול איז א גוטע הכנה צום יום הדין, און דאס איז א חסד פון הקב"ה אז טראץ די געלט באלאנגט פאר הקב"ה דאך רעכנט ער די מצוה פון צדקה פאר די בעה"ב וואס גיבט עס,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמחה וואס די היינטיגע טאג איז פאר די תלמידי הישיבה ווען מען איז מחנך א נייע בנין לתורה ולתפילה און מאריך געווען בשבח פון די ישיבה וועלכע איז לשם ולתפארת תחת הדרכתו פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, און געזאגט אז בואו ונחזיק טובה פארן חשובן נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו וועלכע האט מנדב געווען די היכל הביהמ"ד לע"נ אביו הרה"ח ר' גדלי' ע"ה וואס די ערשטע יארצייט געפאלט היינט זונטאג, און עס איז א שטארקע נחתפ רוח און טובה פאר די נשמה אז מען איז מנדב א ביהמ"ד לעילו נשמתו ווי מען וועט עוסק זיין בתורה בעז"ה עד ביאת הגואל, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן נדבן ובני משפחתו און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.
דערנאך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה א זילבערנע בעכער פארן נדבן הרבני הנגיד ר' אברהם יקותיאל הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף פת שחרית אין שטוב פון הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו.
ארום 2:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח הישיש ר' הערש אלימלך ווערצבערגער הי"ו וועלכע האט מנדב געווען א גרויסע סכום לטובת די בנין הישיבה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין די בראשית יארן אין אמעריקע און איבער די באזוך פון רביה"ק זי"ע אין מאנסי בשנת תשל"ט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' הערש אלימלך הי"ו, פאר בנו הרה''ח ר' חיים נחום הי''ו פאר נכדו ר' משה אייכלער הי''ו, און פאר די גאנצע משפחה.
דערנאך ארום 2:30 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל המוסדות ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' שמואל זאנוויל הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון די צענטראלע שער בבנין הישיבה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדותינו הק' אין מאנסי,
דערביי איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' שמואל זאנוויל הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שמואל זאנוויל הי"ו ובני משפחתו, פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א פאר הרה''ג ר' יעקב ווייס שליט''א - מרבני קהלתינו, און פאר די חברי הנהלת הישיבה,
דערנאך האט דער רבי אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך ארום 3:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' ארי' האפפמאן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' ארי' הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א כתה בבנין הישיבה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' ארי' הי"ו ובני משפחתו,
ארום 3:20 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
זמני כניסה איז געווען פון 6:20 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר נפתלי שטערן שליט"א און הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים ראובן שעהנברוין הי"ו און הרה"ח ר' דוד לייב אקער הי"ו - לאנדאן, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם קלעפנער הי"ו און הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:10,
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הענדיל ע"ה אשת חבר פון הרה"ק רבי ישראל יעקב יוקל ט"ב זצ"ל מוואלאווע.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' עזריאל יודא כ"ץ הי"ו פון וומ"ס,
דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' עזריאל יודא הי"ו ובני משפחתו.
אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך משפחת הרה"ח ר' שמואל חיים וואהלבערג ע"ה,
דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם שמחה קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ח רייזמאן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"י עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
ארום 10:20 איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועלכע וויילט אויף אפרוה בשכונת טשעסטער אין קרית יואל המורחבת,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון אריבער א האלבע שעה, צווישן אנדערע איבער די שיינקייט פון די הייליגע שטאט קרית יואל בתורה עבודה וגמ''ח,
און בסיפורי בית צאנז און פון בנו הרה"ק רבי ישעי'לע מטשעחוב זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן היינט זונטאג,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א און פאר בניו הרה''ג ר' יוסף אונגאר שליט''א - ראש ישיבות קטנות דבאבוב 45 און הרה''ג ר' יחזקאל אונגאר שליט''א - ר''מ בישיבת באבוב 45,
דערנאך האט דער רבי געגעבן ספרו לב אהרן דרושים אויף מסכת פסחים און עס האט זיך פארצויגן א שמועס אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילתו וואס האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א לערענט פאר אין די יעצטיגע וואכן בהיכל ישיבתו,
דערנאך האט דער רבי ארויסבאגלייט ביזן גאס.
אויך איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מווערדאן שליט"א פון ב"פ,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ גאב"ד בואנעס איירעס שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין ארגענטינע און איבער די גוטע פירות וואס קומען ארויס פון דארט, ערליכע שוחטים און מלמדים וכו',
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו מראשי הנהלת הקרי' און איבערגעגעבן א באריכט פון די אנטוויקלונגען איבער עטליכע אנגייענדע פראיעקטן לטובת הציבור, און דערביי אויך איבערגעגעבן א באריכט פונעם באנקעט און עסקנים אווענט צווישן ראשי ונכבדי קהלתינו הק' פון איבער גרעיטאר ניו יארק און קאנגרעסמאן מייק לאולער פון מאנסי לקראת די בעפארשטייענדע וואלן, וועלכע איז פארגעקומען אין קרית יואל אין שטוב פון הרה''ח ר' שלמה בוים הי''ו, אים ארויסצוהעלפן אין זיין ווידערוויילונג קאמפיין נאך וואס ער טוט נאכקומען און אויספירן יעדע בקשה פון די היימישע עסקנים, און זיך צו באדאנקען פאר אלע פעלות לטובה, בפרט זיין גרויסע הילף פאר די ישיבות הק' אין ניו יארק, און דיסקוטירן ווייטערדיגע פעולות לטובת יהדות ניו יארק,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פרטים, און געוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
~🌴~