שבת קודש פרשת שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת שופטים=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן אברהם יודא ארי' ב"ר שמעון משה ניישטיין הי"ו,
החתן משה אברהם ב"ר יעקב ברי"א קליין הי"ו,
החתן יחזקאל שרגא בהר"ר נפתלי שטערן שליט"א,
החתן מרדכי ני"ו ב"ר אהרן דוד יצחק רובינשטיין ע"ה.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' בנציון מאנדעלבוים הי"ו - ב"פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:05.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסד רב טוב להצלת פליטי איראן און אוקריינע.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן האדמו"ר מלייפניק שליט"א פון בני ברק.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א - רב דקהלתינו לינדען.
מנוחה ושמחה: הר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א - ב"ב.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק כי יפלא ממך דבר און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שלא כדרך אכילתו.
קה אכסוף: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
ברכת המזון: האדמו"ר מלייפניק שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ו' אלול.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב יצחק מאשקאוויטש הי"ו - בית שמש.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אויך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א,
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און ביר,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
אז ביום השביעי: בעל שמחה הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:00 אזייגער.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות: הר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכאל דוב קרויס הי"ו - ב''פ.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א - ב"פ.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישראל אלימלך קליין הי"ו - וומ"ס.
כהן: ר' יואל ברי"א פריעדמאן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: הרה"ח ר' יואל יו"ט יאזשעף הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א.
רביעי: החתן יואל ברוך ב"ר יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן אליעזר זוסמאן בהר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו.
ר' מענדל גרשון בר"ש פריעדמאן הי"ו.
ר' יוסף מרדכי אבערלענדער הי"ו.
ר' יואל נתן פריעדמאן הי"ו.
ר' יקותיאל יצחק מייזעלס הי"ו - וומ"ס.
שביעי: החתן משה אברהם ב"ר יעקב ברי"א קליין הי"ו - באווארפען.
הוספות: החתן אברהם יודא ארי' ב"ר שמעון משה ניישטיין הי"ו - באווארפען.
החתן יחזקאל שרגא בהר"ר נפתלי שטערן שליט"א - באווארפען.
החתן אלימלך ב"ר אברהם ישראל הערשקאוויטש הי"ו.
החתן מנחם זאב ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יודל שטיינמעטץ הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע וועלכע געפאלט דעם מיטוואך ו' אלול.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף מאיר שטערן הי"ו - מאנסי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ז פרידריך הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
ביים קידושא רבא בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדת רבינו, בת הנולדה אצל הרב יואל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין מאנסי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הר"ר יושע עסטרייכער שליט"א - לאנדאן.
כהן: הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו.
ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ו'ה' א'מר ל'כם ל'א תספון לשוב בדרך הזה עוד וואס די דורשי רשומות זאגן אז די ר"ת איז אלול, און דער רבי האט נאכגעזאגט אז די סיבה פארוואס משיח קומט נישט נאך א חודש אלול ותשרי ווען כלל ישראל איז עוסק בתשובה ותיקון המעשים איז וויבאלד נאך די הייליגע טעג איז ושבו בנים לגבולם און יעדער גייט צוריק צו זיינע אלטע דרכים און מען האלט נישט איין די קבלת טובות,
זאגט אבער דער ייטב לב אז די עצה יא צו קענען בלייבן מיט די קבלת טובות איז עוסק צו זיין בתורה און דאס מאכט אז מען זאל קענען עומד זיין אויף די קבלת טובות אויף א גאנץ יאר.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו - מאנטריאל.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן בריעף הי"ו - מאנסי.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן מנחם זאב ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע וועלכע געפאלט דעם מיטוואך ו' אלול.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:50.
ארום 12:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שמואל הי"ו ובני משפחתו.
דערנאך איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל,
דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה.
א גוטע וואך.
~🌴~