מאנטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג מקץ
=יום א' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל בכור סרוגא.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
און מעריב ביים זמן ר"ת.
פאר מעריב האט הב' וואלף בן הרה"ח ר' בערל שטיין אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום צווייטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים.
ארום 9:45 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה, און ארומגערעדט צו טומאה הותרה בציבור אדער טומאה דחויה בציבור,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז די צווייטע נאכט חנוכה איז אנטקעגן מידת רחום, און איז מעורר רחמים אויבן אין הימל, און ארומגערעדט איבער די ענין פון גיין נאך געלט אום חנוכה,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות קדשו און אנגעווינטשן אז הקב"ה זאל זיך שוין מרחם זיין אויף כלל ישראל און שיקן די ישועה שלימה בב"א.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 10:35.
א גוטע נאכט
~🌴~