מיטוואך שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך שופטים=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא ברש"ל וויינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ל פאלקאוויטש הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים יחזקאל לאזאר הי"ו.
ב"ר יעקב פעלדמאן הי"ו.
ב"ר יעקב חיים פאללאק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'.
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו אמירת יום כיפור קטן כנהוג אום ער"ח אלול,
בעל תפילה: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א - ר"מ בישיבה,
דער רבי האט געזאגט מיט א שטארקע התעוררות ובכי בפרט ביי אמירת ווידוי דרבינו נסים ווי דער רבי האט מאריך געווען בבכיות, מען האט געענדיגט ארום 1:45.
ארום 3:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אינעם טהרה שטיבל בבית החיים דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען האחים האדמורי"ם מקשאנוב שליט"א היושבים ע"פ אמם הרבנית מקשאנוב ע"ה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי ומנהגי בית צאנז און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.
"שישו ושמחו בשמחת תורה"
=שמחת הכנסת ספר תורה דורך תלמידי המתיבתא סניף ויואל משה לע"נ הב' יהודה ע"ה בהר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א פון בני ברק - ממציוני תלמידי הישיבה=
ארום 4:50 האט דער רבי ארויסגעפירט די ספר תורה פון ביתו נאוה קודש,
דער רבי האט צום ערשט געטאנצן מיטן ספר תורה בביתו נאוה קודש פאר עטליכע מינוט און דערנאך ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר און געטאנצן אינטער די חופה פאר עטליכע מינוט,
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 6:40 איז דער רבי ארויף להיכל המתיבתא סניף ויואל משה צום הכנס"ת,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש כנהוג,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען צו טאנצן מיטן ספר תורה הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, די בני המשפחה און די חברי הנהלת המתיבתא,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג,
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געענדיגט ארום 7:15.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 1:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:20 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברי"מ דייטש הי"ו און הרה"ח ר' יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' מרדכי יושע לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' ישראל ארי' האללענדער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' ברוך יוסף ברוין הי"ו און הרה"ח ר' דוד בלום הי"ו.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה דעוועלאפער'ס בעלי בתים וועלכע פארמאגן אין זייער באזיץ הונדערטער אקער לאנד אין מאנטיסעלא מיטן פלאן צו בויען אין די קומענדיגע יארן קרוב צו דרייצן טויזענט דירות! און האלטן שוין אין די לעצטע פאזעס פון באקומען פערמיטן צו בויען די ערשטע עטליכע טויזענט דירות פאר ביליגע פרייזן פאר חרדי'שע אידן,
דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען פילע דעטאלן איבער די מאסיווע פלענער און גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~