דינסטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שופטים=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים הערש פישער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 5:30 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה צום מעמד סיום כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן דורך די תלמידי הישיבה, לע"נ הב' יודא ע"ה בהר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א פון בני ברק - ממציוני תלמידי הישיבה, און ווערט אריינגעגעבן מארגן מיטוואך בהיכל המתיבתא,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און הבה"ח שאול ב"ר אלימלך בראך ני"ו האט פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד,
דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, פאר הר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אנגעשטרענגט בטירחא דגופא ובטירחא דממונא און געשריבן א ספר תורה פאר חברם מתלמידי הישיבה וואס איז א גרויסע זאך פאר די נשמה, ובפרט פאר איינער וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער,
דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג אז בראשית איז די אותיות ב' ראשית וואס גייט ארויף אויף די צוויי תורות, תורה שבכתב און תורה שבע"פ, תורה שבכתב האט מען שוין מקיים געווען, און דער רבי האט מעורר געווען אויסצוניצן די לעצטע חודש ביז סוף זמן צו חזרן די תורה שבע"פ, די לימודי הישיבה במסכת בבא בתרא, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה פאר א לענגערע צייט,
מיט גלילה איז מכובד געווארן די טאטע הר"ר אלי' זאב שליט"א, לבישת החגורה: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו, לבישת המענטעלע: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א, נתינת הכתר: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו - חברי הנהלת המתיבתא,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דער דיין שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה און דערנאך ממשיך געווען מיט די ריקודין,
מען האט געענדיגט ארום 6:20,
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~