זונטאג שופטים - כ''ו אב יומא דהילולא קדישא פון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג שופטים - כ''ו אב יומא דהילולא קדישא פון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף זונדל אפפעל הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל אלטר גאלדשטיין הי''ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה על קברו ונקראת על שמו - ישיבה גדולה סניף דברי יואל, סמוך ונראה צום ציון המצוינת קודש הקדשים פון רביה"ק זי"ע ווי עס האבן מיטגעדאוונט מיטן רבי'ן הונדערטער בעלי בתים, אברכים, ובחורי חמד ווי אויך פילצאליגע געסט פון איבער די גארער וועלט,
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן ליכט לע''נ רביה''ק זי''ע,
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה לע''נ רביה"ק זי''ע, און פארגעדאווענט בהתעוררות רב.
נאך שחרית ארום 12:20 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צום מסיבת לחיים לפני עלי' לציון,
דער רבי האט צום ערשט געמאכט די סיום אויף ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי המתיבתא און געזאגט קדיש,
מען האט געזונגען ניגוני התעוררות ודביקות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק צדק צדק תרדוף וירשת און נאכגעזאגט פון חז"ל אז רבי יוחנן בן זכאי האט געזאגט אז טראץ ער איז גרעסער ווי זיין תלמיד רבי חנינא בן דוסא מיט דעם אלעם קען רבי חנינא ענדערש אויספועלן א ישועה וויבאלד ער איז א שר און רבי חנינא איז א עבד, און א עבד האט שטענדיגע צוטריט צום מלך, האט דער רבי נאכגעזאגט פון רביה"ק בעל הילולא זי"ע אז משה רבינו טראץ ער איז געווען א שר האט ער אויך באקומען די מתנה פון זיין א עבד און אזוי קענען אויספועלן אייביג ישועות פאר כלל ישראל,
האט דער רבי געזאגט אז די זעלבע איז ביי רביה"ק זי"ע אז טראץ ער איז געווען א שר האט ער אויך באקומען די מתנה פון זיין א עבד און פלעגט אלץ פועלן ישועות און משפיע זיין פאר כלל ישראל,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די מתיבתא הקדושה וואס איז א המשך פון די ישיבה וואס רביה"ק זי"ע האט אויפגעשטעלט און אלץ געווען שטארק צוגעבינדן צו די תלמידי הישיבה און יעדע דארף דאס צו וויסן און מען דארף מתפלל זיין אז עלי יניח צדיק את כוחו והשפעתו און מען דארף זיך פירן ווי עס פאסט פאר א תלמוד הישיבה סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די פילע בקשות וואס כלל ישראל איז מתפלל היינט ביומא דהילולא סיי בעניני רוחניות, צו קענען בלייבן ערליך אין אזא טריפה'נע מדינה און קענען עוסק זיין בתורה כדבעי, האבן ערליכע קינדער און אייניקלעך, און אזוי אויך בגשמיות זה בכה וזה בכה, רפואות, שידוכים, פרנסה, וכו', ימלא ה' כל משאלות לבבם לטובה די מחסורו אשר יחסר לו, און בזכות פונעם בעל הילולא האפט מען אויסצופועלן אלעס גוטס, ובפרט די גאולה השלימה אויף וואס רביה"ק זי"ע האט אלץ מתפלל געווען און מעורר געווען און פארגאסן טייכן טרערן אויף דעם, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
נאכן מסיבת לחיים ארום 1:15 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון פון רביה"ק זי"ע אינאיינעם מיט פילצאליגע תלמידי הישיבה ואנשי שלומינו,
ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה,
דער רבי איז אריינגעקומען אין אוהל הק' און געצינדן פינף לעכט מיט א נשמה לעכט, דער רבי האט געזאגט די תפילה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זי"ע און די קאפיטלעך פון צ' ביז ק''ז בהתעוררות רב און געזאגט די יהי רצון און קדיש, דערנאך האט דער רבי געלערענט משניות און געזאגט קדיש דרבנן,
דערנאך האט דער רבי געליינט די קוויטלעך פאר א לענגערע צייט, דערביי האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן א ספעציעלע קוויטל פון די נדבנים פון 'קרן קרית יואל',
דער רבי האט א לענגערע צייט אדורכגעליינט אלע נעמען און אראפגעלייגט די קוויטל ביים ציון הק',
בשעת דער רבי האט געליינט די קוויטלעך האט מען געזינגן ניגוני התעורורות וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רביה"ק בעל ההילולא זי"ע, דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 2:15.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, ווי עס איז פארגעקומען די חאלאקע פון בנו הילד יואל ני"ו,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית,
עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 3:00 אזייגער.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט געצינדן ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומא דהילולא קדישא.
נאך מנחה האט זיך דער רבי געוואשן צום עריכת שלחן הטהור וסעודת הילולא, נאכן זיך וואשן האט דער רבי געמאכט די סיום הש"ס וששה סדרי משנה געלערענט געווארן דורך די חברה ש"ס דקהלתינו הק' און דערנאך געזאגט די קדיש,
נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל' , דערנאך האט מען אויפגעגעבן די ווייטערדיגע מאכלים, במשך די גאנצע טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגעין וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רביה"ק בעל ההילולא,
מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד הוניאד,
ארום 9:45 האט דער רבי אנגעהויבן די צענטראלע דב"ק ודברי הדרכה בענינים העומדים על הפרק,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק צדק צדק תרדוף וירשת און ארויסגעברענגט אז א צדיק וויבאלד ער האט יראת שמים ווערט ער אנגערופן א עבד פון הקב"ה און כל הקונה עבד עברי לעצמו כאילו קונה אדון לעצמו במילא ווערט מען כביכול א אדון פאר הקב"ה, במילא האט מען א כח צו צדיק גוזר והקב"ה מקיים און מען קען מבטל זיין גזירות,
און די ווערטער קען מען בצדק זאגן אויפן בעל הילולא רביה"ק זי"ע וועלכע איז שוין באקאנט געווען פון זיינע אינגע יארן מיט מלא יראת שמים און עס האט געברענט אין אים א אש להבה פון יראת ה', און האט אריינגעברענגט א יראה עילאה און יעדן איינעם, און פארדעם האט ער פארמאגט די כח פון משפיע זיין ישועות און מבטל זיין גזירות פון אידישע קינדער,
און דאס קענען מעיד זיין אלע זיינע תלמידים סיי פון אייראפע פאר די מלחמה, און אזוי אויך נאך די מלחמה אין אמעריקע, האט ער אלץ משפיע געווען יראת שמים און זוכה געווען אויפצושטעלן א קהילה יראים ושלמים א מוסד תורה ויראה און ב"ה שטייענדיג צענדליגע יארן נאך זיין פטירה וואקסן די מחנה אלקים, ערליכע בעלי בתים, נשים כשירות וצניעות, און דאס איז אלעס זיין השפעה יראת ה' טהורה עומדת לעד,
ובפרט אין קרתא קדישא הדין בעיר קרית יואל וואס איז לשמו ולזכרו וואוינען שוין היינט קרוב צו ניין טויזענט משפחות אלעס ערליכע אידן וואס גייען אין זיינע דרכים, און דער רבי האט מעלה געווען זכרונו הטוב פון אביו רביה"ק זי"ע וועלכע האט אריינגעלייגט אזויפיל כוחות ממשיך צו זיין די ארבעט און די ירושה פונעם פעטער ז"ל אין קרית יואל,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די פילע דירות פראיעקטן וועלכע בויען זיך און גרייטן זיך צו ווערן געבויעט אין אלע זייטן פון קרית יואל וואס וועט צוברענגען קרוב צו פיר טויזענט נייע דירות אין די קומענדיגע עטליכע יאר, און די אלע דירות וועלן זיך פארקויפן פאר די פרייז פון דריי הונדערט דאלער א סקווער פיס! און עס וועט זיין לתפארת ק"י און פונעם מייסד העיר רביה"ק זי"ע,
דער רבי האט מבשר געווען די בשורה טובה אז מען האט ב"ה ערהאלטן פארגאנגענע וואך די פערמיטן פאר די נייע קריה אין מאנטיסעלא ווי עס וועט בעז"ה געבויעט ווערן צוויי הונדערט דירות ספעציעל פאר אנ"ש און וועט געריפן ווערן "קרית משה" לשמו ולזכרו פון אביו רביה"ק זי"ע, און וועט זיין נאך ביליגער ווי קרית יואל,
דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג אז עס זענען ליידער דא אידן וואס פארקויפן דירות פאר אידן און רעדן איין פאר די קונים שקרים וכזבים סיי מיט די גרויסקייט פון די דירה און אזוי אויך מיט די שטייערן וכו', דאס איז אונאה, א איסור דאורייתא! און דער רבי האט דערביי פארציילט א מעשה שהיה אז א איד האט געקויפט א דירה אין קרית יואל המורחבת און די מוכר האט אים געזאגט אז די שטייערן זענען זעקס טויזענט דאלער א יאר און למעשה איז עס זיבעצן טויזענט דאלער!
דער רבי האט דערביי אפעלירט צו די אלגעמיינע חסידישע גאס פון איבער גאנץ ניו יארק וועלכע פלאגן זיך צו קויפן א דירה צוליב די טייערע פרייזן אז מען זאל זיך אויפהייבן און זיך אריבערציען קיין מאנטיסעלא ווי עס בויען זיך יעצט אריבער דריי טויזנט נייע דירות פאר ביליגע פרייזן,
דער רבי האט ממשיך געווען איבער די ביליגע שמחה זאלן וועלכע זענען געבויעט געווארן אין ק"י סיי פאר חתונות און סיי פאר שבת שבע ברכות, א דבר טוב מאוד, און דער רבי האט מבשר געווען א בשורה טובה אז עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אז מען וועט קענען באקומען א הלואה פון פערציג טויזענט דאלער מיט קליינע תשלומין פון פינף הונדערט דאלער א חודש ספעציעל פאר די וועלכע שטעלן זיך צו צו די תקנות און מאכן חתונה פאר ביליג, און דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן דאס צושטאנד געברענגט,
דער רבי האט ארומגערעדט דברי הכנה צו חודש אלול זאגענדיג אז די ריכטיגע הכנה איז צו מרבה זיין בלימוד התורה און עס ליגט א פליכט אויף יעדעם צו זיין אנגעשלאסן אין איינע פון די חברות פון קהלתינו הק' צו לערנען בקביעות גמור,
אזוי אויך האט דער רבי ארויסגעברענגט די חורבנות וואס קומען ארויס פון די טמא'נע כלים און די פליכט וואס ליגט אויף יעדעם איינעם זיך אפצושיידן פון דעם מכול ומכל,
דער רבי האט דערמאנט די דרשה וואס רביה"ק זי"ע האט משמיע געווען שבת פרשת שופטים תשכ"ה פאר קריאת התורה ווי דער רבי ז"ל האט שארף ארומגערעדט איבער די פרישע מאדעס ביי לבושי נשים סיי די שייטלען און סיי די דורכזיכטיגע זאקן, די פייערדיגע ווערטער זענען געזאגט געווארן בשעתו און איז נאך ליידער נוגע עד היום הזה, די יצר הרע ריעט נישט און מען מיטשעט זיך היינט מיט די זעלבע פראבלעמען, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז אין וומ''ס האט מען שוין ב''ה מעורר געוועהן און אראפגעשטעלט תקנות קבועות אויף דעם ענין און אויפגעפאדערט פון יעדעם זיך צוצושטעלן צו די תקנות המוסד והקהילה, און דערביי האט דער רבי געבעטן הנהלת קהלתינו וומ"ס אז זיי זאלן איבערדרוקן די פייערדיגע דרשה פון רביה"ק זי''ע,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די מלחמה לה' בעמלק וואס רביה"ק זי"ע האט געפירט מיט די טומאת הציונית סיי תורה שבכתב און סיי תורה שבע"פ און האט ביי יעדע געלעגענהייט ארויסגעברענגט די התבדלות וואס מען דארף האבן, און דער רבי האט נאכגעזאגט זיינע הייליגע ווערטער וואס דער רבי האט אליינס געהערט אז ער האט מורא אז עס וועט קומען א צייט וואס א ערליכע איד וועט נישט קענען וואוינען אין ארץ ישראל צוליב די גזירה פון גיוס בני ישיבות, וואס בעוה"ר איז אנגעקומען די צייט און טויזענטער בחורים און אינגעלייט געפינען זיך כהיום אין א שווערע מצב, און עס איז נישט צום פארשטיין וויאזוי עס זענען דא אזעלכע וואס זענען גרייט צו מאכן פשרות און סעלעקציעס, און דאס איז חוץ מזה וואס אזא געזעץ וועט במילא נישט אדורכגיין די בג"ץ הציוני און עס איז א שאד צו פאפן זיך אדער אנדערע, נאר מען דארף זיך אפטיילן אינגאנצן פון זיי, און דער רבי האט מחזק געווען די מוסדות עטה"ק און בפרט מוסד הק' קרן הצלה - וועלכע איז די לעצטע מוסד וואס רביה"ק זי''ע האט מייסד געווען לפני פטירתו - וועלכע העלפט ארויס אלע מוסדות עטה"ק,
דער רבי האט דערמאנט לשבח די עסקנים פון מוסדות יטב לב - וועלכע איז די ערשטע מוסד וואס רביה"ק זי''ע האט מייסד געווען נאך די מלחמה - וועלכע האבן אוועקגעשטעלט די מוסד אויף די רעלסן און געהעכערט די תמיכה און ב"ה מען האט שוין עטליכע חדשים באצאלט די געהאלט אין צייט, און דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די עסקנים און נדבנים,
דער רבי האט מסיים געווען בשבח פון די מתיבתא הקדושה וועלכע געפינט זיך על קברו און מעורר געווען אנ"ש צו שטיצן די ישיבה ברוח נדיבה און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור מען זאל האבן געפועלט אלעס גוטס און רביה"ק זי"ע זאל ארויפטראגן אלע בקשות וואס מען האט מתפלל געווען על קברו ביומא דהילולא און זוכה זיין צו כל מילי דמיטב.
דער רבי האט פארענדיגט די דב"ק ארום 10:35, און דערנאך געבענטשט אויפן כוס.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו.
"זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל"
~🌴~