זונטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג מקץ
נעכטן מוצאי שבת ארום 2:15 האט די רבי מלוה געוועהן די מיטה פון הרה''ח ר' משה שמואל פארקאש ע''ה מראשי קהילתינו בב''פ פארנט פון ביתו נאוה קודש.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל,
ר' משה שמואל הירש,
און ר' יואל הערש הערשקאוויטש,
ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל אשר זאבעל .
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ח' פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל א' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת.
פאר מעריב האט הרה"ח ר' בערל שטיין אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום ערשטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים.
ארום 9:45 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז די ערשטע נאכט חנוכה איז מסוגל אויף פרנסה, און דער רבי האט פארציילט א מעשה פונעם ייטב לב זי"ע ווי ער האט משפיע געווען פרנסה, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מען זאל האבן פרנסה בהרחבה גדולה, און בברכת גואל צדק בב"א.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 10:30.
א גוטע נאכט
~🌴~