שבת קודש פרשת ראה - מבה"ח אלול - שבת לפני הילולא קדישא של מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי''ע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ראה - מבה"ח אלול - שבת לפני הילולא קדישא של מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי''ע=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן שלום ב"ר משה ברוך כ"ץ הי"ו,
החתן מנחם זאב ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אברהם שלום מענדלאוויטש הי"ו - מאנסי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מנחם יודא גאטליעב שליט"א - אב"ד ניאמץ וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' דוד יואל כוואן שליט"א - ראה"כ בארגענטינע.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון חצי שיעור.
קה אכסוף: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו - ב"פ.
ברכת המזון: הרה"ג ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א בן כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון דודו מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וואס די יארצייט געפאלט זונטאג כ"ו אב.
קה רבון עלם: הר"ר יחזקאל יואל סאמעט שליט"א - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' ליפא ברש"ל וויינבערגער הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:05.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר אברהם מאיר מארקאוויטש שליט"א.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
פארן ליינען איז פארגעקומען די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש אויף צד מזרח,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
הולכת הס"ת לבימה: הר"ר ישראל ידא ווערצבערגער שליט"א.
כהן: החתן שלום ב"ר משה ברוך כ"ץ הי"ו - באווארפען.
לוי: הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - אב"ד הוניאד.
שלישי: החתן מנחם זאב ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן אלימלך ב"ר אברהם ישראל הערשקאוויטש הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן יעקב בהר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אברהם שמעון גלאנץ הי"ו.
ר' חיים שלמה פארקאש הי"ו.
ר' אייזיק הערש בר"י שפילמאן הי"ו.
ר' שמעון ב"ר יעקב רייך הי"ו.
ר' שמואל דוד קליין הי"ו.
ר' משה ב"ר יואל בר"ש ראזענפעלד הי"ו.
ר' אביעזר מרדכי ברב"ז שווארטץ הי"ו.
שביעי: החתן משה יואל ב"ר שלמה מענדלאוויטש הי"ו.
הוספה: החתן הערשל בהר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
אחרון: החתן שמואל זאנוויל בהר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' ישראל אלעזר טאבאק הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה מענדלאוויטש הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
החזרת הס"ת: הרה"ח ר' חיים מרדכי געשטעטנער הי"ו - ב"ב.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון דודו מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וועלכע געפאלט זונטאג כ"ו אב.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו - מאנסי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שלמה קעסטענבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו פרקי אבות בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה כ' 'יהודה בן תימא אומר הוי עז כנמר וכו' יהי"ר שיבנה ביהמ"ק במהרה בימינו ותן חלקינו בתורתך' און עס אויסגעטייטשט אויף אכט אופנים בדרך דרוש אגדה ומוסר,
צום סוף האט דער רבי ארומגערעדט איבער די מהודר'דיגע קרית יואל'ע עירוב וועלכע נעמט ארום קרית יואל און אלע שכונות ארום קרית יואל צו א סך הכול פון צענדליגע מיילן,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די פראבלעמען וואס פלעגן זיך מאכן בעפאר עס איז געווען איין גרויסע עירוב, און אזוי אויך איז די עירוב מאחד גאנץ קרית יואל כאיש אחד, און דער רבי האט מעורר געווען אנ"ש צו שטיצן די וועד העירובין ברוח נדיבה און ארויסהעלפן די גרויסע הוצאות וואס דאס קאסט אפ וועכענטליך, צו בודק זיין, פאררעכטן, וכו',
און מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 8:05 און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה יואל פריעדמאן הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יעקב חיים פאללאק הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
שלישי: הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ בקהלתינו אנטווערפען.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' משה דוד גוטמאן הי"ו - וומ"ס.
ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה און ארויסגעברענגט אז דאס אז שכר מצוה בהאי עלמא ליכא דאס איז נאר אויב מען האט א דין עבדים למקום, אבער אויב האט מען א דין בנים למקום איז יא דא שכר בהאי עלמא, אבער אויב האט מען א דין בנים למקום איז יעדע עבירה וואס מען טוט סאך הארבער,
דער רבי האט מאריך געווען בדברי מוסר לקראת חודש אלול הבעל"ט און שטארק מעורר געווען צו מאכן א עכטע חשבון הנפש ווי מען האלט אויף דער וועלט און זיך צוגרייטן צום יום הדין כדבעי, און אז מען וועט זוכה זיין צו א געהויבענע אלול וועט מען זוכה זיין צו א ליכטיגע חודש תשרי און ארויסגיין זכאי בדין און האבן א גוט יאר.
ידיד נפש: הרה"ג ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א.
קל מסתתר: הגה"צ רבי ברוך בערגער שליט"א ממישקאלץ.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן הערשל בהר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון דודו מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
ארום 12:30 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' שלום יצחק הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פונעם ארון הקודש ופרוכת בבנין החדש פון ישיבה קטנה סניף קנין תורה מאנסי,
עס האט זיך פארצויגען א שיינע שמועס איבער די בליה און וואוקס פון קהילתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי, און הרה''ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו - חבר הנהלת הישיבה האט געגעבן א באריכט פון די בוי ארבעט אויפן ערשטען פאזע פונעם בנין וועלכע מען גרייט זיך צו עפענען קומענדיגע וואך,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שלום יצחק הי"ו ובני משפחתו און פאר הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו.
א גוטע וואך.
~🌴~