פרייטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג ראה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר בער רובינפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א בבנין הת"ת בנין גאלדשטיין.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יעקב איצקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און מעורר געווען די בחורים אויסצוניצן די לעצטע חודש ביז סוף יאר מיט מער לימוד התורה און מיטן אויפשטיין פארטאגס לערנען, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
א גוט שבת.
~🌴~