דאנערשטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ראה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישעי' אייגנער הי"ו.
ב''ר יקותיאל יודא מאלאח הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש הנגיד הטפסר ר' ראובן (רובי) שרון הי"ו פון פלעטבוש אינאיינעם מיט בני משפחתו,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די בית השחיטה און די מקוה טהרה נאכן באזוכן דארט בעפאר, און איבער די ביליגע פרייזן צו מאכן שמחות אין ק"י,
דער רבי האט אים ווארעם אנגעוואונטשן און זיך באדאנקט פאר זיינע גרויסע נדבות למען הכלל והפרט, ובפרט פאר די גרויסע נדבות לטובת די קופת הצדקה פון הרבנית הצדיקת תליט"א, און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן.
ארום 7:20 איז דער רבי אראפ צו די זאלן בביתו נאוה קודש צום שמחת פדיון הבן פון נכדו, בן הנולד אצל הרב יואל טייטלבוים שליט"א - ב"פ, בן הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט"א וחתן הרה"צ רבי שלום האלבערשטאם שליט"א מבארדיוב דאמבראווע חתן האדמו"ר מנאסויד שליט"א,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט די חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א, און מיט אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א און האדמו"ר מדאמבראווע שליט"א,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דערנאך איז פארגעקומען די פדיון הבן,
אלץ כהן הפודה האט געדינט הר"ר יחיאל גלאנץ שליט"א חתן הרה"צ רבי שלום האלבערשטאם שליט"א,
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב יואל טייטלבוים שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און טועם געווען מזונות און פיש, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר די חשובע זיידעס האדמורי"ם ורבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז ביי א פדיון הבן איז הקב"ה אויך מוחל אלע עבירות פון אלע משתתפים אזוי ווי ביי א ברית, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן בעל שמחה, פאר די חשוב'ע זיידעס און פארן גאנצן ציבור,
מען האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד החדש בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברב"י ווייס הי"ו און הרה"ח ר' שמחה כ"ץ הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרב יהודה גארמי שליט"א - הויפט רב פון איראן אינאיינעם מיט חברי הנהלת מוסד רב טוב להצלת פליטי איראן,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין איראן היינט צוטאגס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:30 איז פארגעקומען א מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית פארן נייעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די פילע נייע שטובער און איינריכטונגען וועלכע זענען געבויעט געווארן לטובת אלפי אנ"ש הבאים אל הקודש פנימה,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג מיט א ברכה און דערנאך מכבד געווען די ראשי הקהילה און די נדבנים צו קלאפן א מזוזה אויף די איבריגע שטובער,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי הקהילה פאר די נדבנים און עסקנים און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט מיט קורת רוח אז מען האט אהערגעשטעלט דא אינעם שטוב פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע א בית וועד לחכמים ארויסצוהעלפן אידן בעת שמחתם און ערמעגליכן צו מאכן תנאים'ס און שבת שבע ברכות פאר שטוינענד ביליגע פרייזן, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע עסקנים און נדבנים.
אויך איז אריין בקודש פנימה עסקני מרכז עזרה ויועץ אינאיינעם מיט ר' נתן ראזענבלאט הי"ו פון ירושלים - א גרויסע לויער למען הצלת בחורי ישראל משמד הגיוס און שטייט אלץ צו די הילף פאר מרכז עזרה ויועץ,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די פילע פעולות און מהלכים וואס מען באניצט זיך ארויסצוהעלפן טויזענטער בחורים פונעם גזירת הגיוס, און ער האט זיך דערביי שטארק באדאנקט פאר די הילף וואס חסידי סאטמאר שטעלן צו מיטן בויען נאך און נאך אפיסעס ארויסצוהעלפן ווי מער בחורים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~