מיטוואך ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ראה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א און הר"ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"א אבראמאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ש שניטצער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד החדש בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברד"א גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מאיר ראזענפעלד הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר יואל אקער שליט"א און הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו.
ארום 10:00 אזייגער איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקודש פנימה לרגל די שמחת קישור החיתון פון חתן כלה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, החתן בהרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ קרית ויואל משה, עב"ג הכלה בת הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - רב דביהמ"ד צישענוב ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגי נשואין ביי רבותיה"ק זי"ע לבית סיגוט און צאנז,
מען האט געמאכט קבלת קנין און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, בני משפחה, און פארן גאנצן ציבור,
צום סוף האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה ובני המשפחה און פאר אחותו הרבנית ממאנטריאל תליט"א, מען האט געענדיגט ארום 10:30.
אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אהרן יצחק דוד הי"ו ובני משפחתו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה חברי הנהלת מוסדות החינוך פון מאנטיסעלא,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די בליה און וואוקס פון די מוסדות התורה איבער די גאנצע יאר, און איבער די פילע נייע תושבים וועלכע האבן זיך אריבערגעצויגן קיין מאנטיסעלא נאך די רוף פון רבינו שליט"א ביים סעודת הילולא פארגאנגענע כ"ו ניסן פאר כלל חסידי זיך אריבערצוציען פון ברוקלין קיין מאנטיסעלא, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~