זונטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ראה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל קאסירער הי"ו - מאנסי, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר צבי ווייס הי"ו.
ב"ר יצחק שניטצער הי"ו.
ב"ר אליעזר וויינבערגער הי"ו.
ב"ר אברהם יוסף שטעסל הי"ו.
ב"ר ישכר מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ישראל מאיר שפילמאן הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אברהם מאיר שווארץ הי"ו.
ב"ר אליעזר ארי' יונגרייז הי"ו.
ב"ר חיים רחמים סרוגא הי"ו.
ב"ר דוד וויינבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט שלום גענומען פון רבינו שליט"א הגה"צ רבי מרדכי בצלאל קליין שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו לעיקוואד וועלכע האלט זיך אויף אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין ק"י,
אויך איז אריין בקודש פנימה הרב מרדכי דוב מייזליש שליט"א בן הגה"צ רבי אהרן שליט"א ונכד הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו פרי חמד אויף רבית,
דער רבי האט מעיין געווען דערין א שטיק צייט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די 'חומש סעודה' פאר די 550 תלמידי כתה א' בליע"ה פון אלע סניפים פון מוסדותינו הק' אין ק"י,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד,
און געזאגט די פסוקי חומש ויקרא אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יואל אקער שליט"א, הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, און הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און משמיע געווען קורצע דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד התורה פון תשב"ר און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע קינדער און פאר אלע מלמדים,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגערל,
ווי אויך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנכבד ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט די זכות פונעם מעמד,
דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי קוקט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח, מען האט געענדיגט ארום 1:50.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויף די יערליכע באזוך אין מחנה בית רחל,
ביים אנקומען ארום 2:45 איז דער רבי צום ערשט אנגעקומען אינעם נייעם פראכטפולע 'ביהמ"ד בית אברהם אבא' אין די קאנטרי אין מחנה בית רחל,
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבני המחנה און זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן נדבן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, פאר די רבני המחנה הרה''ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט''א, הרה''ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט''א און הרה''ג ר' בנציון ראבינאוויטש שליט''א - רב דביהמ"ד שמן למאור בן כ''ק אדמו''ר מדינוב שליט''א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט לשבח פון די הנהלת המחנה וועלכע גיבן זיך אוועק פאר די תלמידות הבית רחל אז זיי זאלן קענען נתחנך ווערן אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות ע"ד המסורה לנו, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די הנהלה רוחניות און פאר די הנהלה גשמיות.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו,
ביים ענדיגן האט דער רבי געגעבן פאר הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א - ממנהלי בית רחל, ספרו לב אהרן אויסצוטיילן פאר די לומדי הכולל שע"י מחנה בית רחל.
דערנאך ארום 3:05 איז דער רבי אריבער צו בנין שערי שלוה ווי עס זענען געווען פארזאמלט די טויזענטער תלמידות בית רחל,
דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה בעניני צניעות און אויפגעפאדערט צו גיין אנגעטוהן ווי עס פאסט פון קאפ ביז פיס, סיי אין שולע און סיי אינדערהיים, און נישט נאכגיין קיין נייע מאדעס נאר די זעלבע מלבושים ווי אונזערע עלטערן זענען געגאנגען אלע דורות ביז די אמהות הק', און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע תלמידות.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הר''ר אלי' שלמה קאהן שליט''א און געבעטן דעם רבי'ן בשם די טויזענטער תלמידות אז דער רבי זאל אינזינען האבן די תלמידות אין די ימי הרחמים והרצון מען זאל קענען שטייגן בתורה ויראת שמים און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו איינע פון די דארמעטארי בנינים און דער רבי איז אריין און זיך אומגעקוקט אויף די שלאף צימערן,
דערביי האט דער רבי געבעטן די הנהלת המחנה מ'זאל זיך אריינלייגן צו פארברייטערן די דארמיטארי בנינים צו קענען אהערשטעלן שלאף צימערן פאר די תלמידות אויף א מער א רחבות'דיגע פארנעם,
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חברי הנהלת המוסדות און חברי הנהלת המחנה, מען האט געענדיגט ארום 3:30.
דערנאך איז דער רבי געפארן קיין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא צום שמחת הכנסת ספר תורה וועלכע איז געשריבן געווארן לע"נ הגה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל - דומ"ץ הקריה,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:45 צום 'ביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל'
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען ניגוני תורה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ הקריה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר
די פילע אנוועזנדע רבנים, צווישן אנדערע, כ"ק אדמו"ר מ'מעליץ שליט"א,
הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א, הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו לאנדאן שליט"א, און פאר די פילע רבנים ממשפחת הדומ''ץ זצ"ל האחים הרבנים הגה"צ אב"ד נעמפלעמיץ שליט"א, הגה''צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט''א, הגה''צ רבי יחזקאל טייטלבוים שליט''א, הרה''ג ר' יעקב טייטלבוים שליט''א - אב"ד תולדות אברהם יצחק מאנסי,
און פאר האדמו''ר משינאווא שליט''א
און פאר די רבני הקריה הרה''ג ר' שלום טייטלבוים שליט''א און הרה''ג ר' שמואל דוד סאקס שליט''א,
און פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פאר הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו - יו"ר הנהלת איחוד התלמידים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה פון א סיום כתיבת ספר תורה, און מאריך געווען בשבח המקום וועלכע איז א הערליכע ווינקל א מקום שהכול פונים בה הונדערטער אידן זיצן און דאווענען און לערנען דא א גאנצן טאג במשך די זומער וואכן, אנדערש ווי די מנהג אמעריקע אז אין די זומער וואכן לאזט מען נאך פון א גאנץ יאר, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת הקריה וועלכע שטעלן צו אלע געברויכן פארן ציבור במשך די לעצטע 27 יאר וואס די קריה איז געגרינדעט געווארן,
דער רבי האט דערמאנט דעם חשובן דיין הגה"צ רבי לייבוש זצ"ל וועלכע איז געשטאנען בראש פון די קריה במשך אלע יארן און איז ליידער נעדר געווארן בדמי ימיו דא אינעם קריה, און עס איז זיכער אז אריינגעבן א ספר תורה לעילו נשמתו דא אינעם ביהמ"ד ווי ער האט עוסק געווען בתורה לדין ולהורות וועט זיכער זיין א טובה פאר די נשמה בגנזי מרומים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר בנו הרה"ג ר' שלום שליט"א - דומ"ץ הקריה וועלכע גייט אין די דרכים פון זיין טאטע און איז עוסק לדון ולהורות פארן גאנצן ציבור, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 4:25.
דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צום המספיק רעזארט אין די קעטסקילס,
דער רבי איז צום ערשט אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו אינעם רעזארט אויף א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פילע דירות פראיעקטן וועלכע בויען זיך אין די קעטסקילס און איבער די פילע פעולות פון די המספיק ארגענעזאציע, צווישן אנדערע די קעמפ 'ממתקים' פאר פילע תלמידות פון המספיק אוו ראקלענד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו ובני משפחתו, און פאר הר''ר אלעזר יונה זילבערמאן שליט''א - מנהל מחנה ממתקים.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די בנין פון קעמפ ממתקים און זיך אומגעקוקט אינעם נייעם צוגעבויטן פליגל פונעם בנין און דערנאך אריין אינעם זאל ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די תלמידות און די איינגעשטעלטע פונעם קעמפ,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי חיזוק פאר די תלמידות און ארויסגעברענגט די חשיבות פון ארויסהעלפן חולי ישראל, און דער רבי האט דערמאנט לשבח פון הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו וועלכע האט אויפגעשטעלט דעם מוסד און טוט אזויפיל פאר חולי ישראל שוין פאר לאנגע יארן, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די תלמידות און פאר אלע איינגעשטעלטע, מען האט געענדיגט ארום 5:00 אזייגער.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון עטרת ווערטהיימער אינעם רעזארט ווי עס איז פארגעקומען די סיום מסכת שבת - תלמוד ירושלמי במסגרת חבורת תורתך שעשועי,
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן און מיטן נואם הכבוד הרה"ג ר' נח אייזיק איילבוים שליט"א - אבד"ק הומנא,
מען האט געזינגען חרוזים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז די שמחה ביי א סיום מסכת איז נישט נאר אויף די מסכת וואס מען האט געענדיגט נאר אויך פרייט מען זיך אז מען הייבט אן א נייע מסכת, און דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פון די מסיימים זאגענדיג אז א גרויס חלק פון די מסיימים האבן שוין מסיים געווען גאנץ ש"ס תלמוד בבלי, און דער רבי האט אנגעוואונטשן מען זאל קענען מסיים זיין גאנץ תלמוד ירושלמי און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די הנהלת חבורת תורתך שעשועי און פאר אלע לומדים.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו - פטרון ורוח החיים פון חבורת תורתך שעשועי.
דערנאך איז דער רבי אראפ צום אינטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פראכטפולע מקוה מיט אירע קרוב צו 500 זיץ פלעצער,
ארום 5:30 האט דער רבי פארלאזט די רעזארט אויפן וועג אהיים קיין ק"י.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א און הר"ר אברהם מאיר מארקאוויטש שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל מאיער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם פארקאש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד החדש בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מנחה איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין וומ"ס און הרה"ח ר' חיים עלענבויגן הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר הערש אלימלך רובינפעלד שליט"א און הר"ר יואל ברמ"ג שפיטצער שליט"א.
זמני כניסה איז געווען פון 9:10 ביז 1:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי צבי אביגדור פעקעטע שליט"א - אבד"ק נאפקאר און האט איבערגעגעבן ספרו החדש אמרי טל מיט א קיצור אויף ספר שמלה חדשה אויף הלכות שחיטה,
דער רבי האט מעיין געווען דערין א שטיק צייט און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~