שבת קודש פרשת וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת וישב
=שבת מבה"ח טבת=
ארום 5:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ - ב"פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פארן מוסד הק' נטרונא.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' משה בריזל - ירושלים.
מנוחה ושמחה: הר"ר שלום מאיר עקשטיין.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וישב יעקב בארץ מגורי אביו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון יש אם למקרא יש אם למסורת.
קה אכסוף: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן - וומ"ס.
ברכת המזון: הגה"צ ר' יוסף רוקח שליט"א - חדב"ן.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' משה'לע דעשש'ער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם זונטאג כ"ד כסלו.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:15.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' עקיבא הירש - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה דוד גאלדשטיין.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אברהם שמואל וויינבערגער.
כהן: ר' משה יוסף פאלאק, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: הרה"ח ר' יחזקאל שרגא שטיינמעץ.
שלישי: החתן גרשון ב"ר יואל שפילמאן.
רביעי: החתן ב"ר יצחק אייזיק יעקב גאלדשטיין.
חמישי: החתן עקיבא ב"ר מאיר זאב שטערן.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שלמה יוסף ראזענפעלד.
ר' דוד ניימאן.
ר' יושע הירש.
ר' יואל משה פארקאש.
שביעי: הרה"ח ר' ליפא גראס.
אחרון: ר' יחזקאל שרגא שעהר, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער.
הגבה: הרה"ח ר' פתחי בראך - וומ"ס.
גלילה: הר"ר שלמה לייב וויינבערגער.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ליפא גראס.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' יואל שרייבער - ב"פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:15.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:00.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אברהם משה טויב.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה אפרים הערשקאוויטש - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' אברהם שלמה כ"ץ - לאנדאן.
לוי: הר"ר אלעזר רובינפעלד.
שלישי: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' ישראל שפילמאן.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק וישמע ראובן ויצילהו מידם, ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די הכנה וואס מען דארף צוגיין צו א מצוה, און אז די גאנצע נס חנוכה פון די נצחון המלחמה איז נאר געקומען דורך די הכנה וואס די חשמונאים האבן געהאט ביים צינדן די מנורה ווי עס שטייט ופינו את היכלך וטהרו את מקדשיך והדליקו נירות בחצרות קדשיך, און אפי' מען ווייסט אז שכר מצוה בהאי עלמא ליכא אבער אויף די הכנה צו א מצוה באקומט מען יא שכר אויף די וועלט, און דורך דעם האט מען זוכה געווען צו די נצחון המלחמה,
און דער רבי האט צוגעענדיגט אז מען שטייט יעצט א טאג פאר חנוכה און מען דארף זעהן זיך צוצוגרייטן צו די הייליגע מצוה פון נר חנוכה און אזוי מקבל זיין די השפעות וואס קומט אראפ.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה דוד גאלדשטיין.
קל מסתתר: הרה"ח ר' פתחי בראך - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן עקיבא ב"ר מאיר זאב שטערן.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' פישל פארקאש.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:25.
נאך הבדלה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די מעמד חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש - חבר הנהלת המוסדות - ק"י האט אפגעקויפט די זכות פון די 'שם הבנין' פון די נייע בנין וואס ווערט געבויעט אויף די קארלסבורג גאס פאר די סכום הגון פון איבער א מיליאן דאלער!
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטר און דערנאך גאר ווארעם אנגעווינטשן פארן חשוב'ן נדבן ובני משפחתו און פאר די איבריגע הנהלת המוסדות.
א גוטע וואך.
~🌴~