שבת קודש פרשת עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת עקב=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן הערשל בהר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסד הק' קרן הצלה פאר די מוסדות עטה"ק בארה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר ישראל הערש ווייס שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שמואל פרענקל שליט"א - ב"ב.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' חיים עזריאל יאזשעף הי"ו - ב"ב.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ואכתוב את הדברים אשר היו על הלוחות הראשנים אשר שברת און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון טעם כעיקר.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א צו משמיע זיין דברי תורה.
קה אכסוף: הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - רב דביהמ"ד ציעשנוב ק"י.
ברכת המזון: הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הגאון רבי אפרים זלמן מרגליות זצ"ל בעמח"ס מטה אפרים וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג כ"ד אב.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' שלמה קובאלסקי הי"ו - ביתר.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר לבן הנולד אצל נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
אז ביום השביעי: ר' יחזקאל טייטלבוים הי"ו - מאנסי.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:05.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40
ברכות: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א.
פסוקי דזמרה: הר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלטר פאלקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א - מראה"כ.
כהן: הרה"ח ר' אברהם מתתי' קאהן הי"ו.
לוי: הגה"צ רבי מרדכי אייזען שליט"א - אדמו"ר מליזענסק ב"פ.
שלישי: החתן משה יוסף ב"ר יואל בר"י מיטטעלמאן הי"ו.
רביעי: החתן יעקב בהר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א - באווארפען.
חמישי: החתן משה יואל ב"ר שלמה מענדלאוויטש הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' לייב ברא"ה שפילמאן הי"ו.
ר' פנחס יוחנן ראטטער הי"ו.
ר' בנימין יוסף גוטמאן הי"ו.
ר' אשר אנשיל יאזשעף הי"ו.
ר' הערשל בר"י מיטטעלמאן הי"ו.
ר' אברהם ברמ"י סאמעט הי"ו.
ר' הערש לייב גאטליעב הי"ו.
שביעי: החתן ליפא בהר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א - באווארפען.
אחרון: החתן הערשל בהר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א - באווארפען.
מפטיר: הרה"ח ר' יואל בר"י מיטטעלמאן הי"ו.
הגבה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' עקיבא געשטעטנער הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר שמואל פרענקל שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:45.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שרגא יצחק ברי"ח ווייס הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי"ו - וומ"ס.
לוי: הר"ר משה בער לאנדא שליט"א.
שלישי: הגה"צ רבי ברוך בערגער שליט"א ממישקאלץ.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שלום חננאל מענדלאוויטש הי"ו - ב"פ.
ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ בקהלתינו אנטווערפען.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק והיה עקב תשמעון את המשפטים האלה און נאכגעזאגט פון בני יששכר וועלכע טייטשט עס אויס ע"ד מוסר אז דאס גייט ארויף אויף סוף יאר אז מען דארף זיך מאכן א חשבון הנפש ווי מען האלט אויף דער וועלט און זיך צוגרייטן צום יום הדין כראוי,
דער רבי האט ממשיך געווען בדברי מוסר און נאכגעזאגט די משל הידוע וואס רבותיה"ק זי"ע פלעגן זאגן הושענא רבה איבער די מלך וועלכע פלעגט קומען באזוכן די שטאט און די קלוגע מענטשן פלעגן זיך צוגרייטן ווי עס פאסט און ארויסגיין אפווארטן די מלך בשמחה רבה, משא"כ די נישט קלוגע מענטשן פלעגן אנקומען די לעצטע טאג מיט גרויס בושה,
האט דער רבי געזאגט אז מען שטייט יעצט נאך חמשה עשר באב ווען די כרוזים הייבן אן ארויסצוגיין איז יעצט די צייט זיך צוצוגרייטן צו ראש השנה מיט תשובה און תיקון המעשים און אזוי אויספועלן א גוט יאר און נישט ח"ו עס אפשטיפן און אנקומען מיט גרויס בושה אין די לעצטע מינוט.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
ארום 12:30 איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אבד"ק נייטרא מאנסי, ווי מען האט א לענגערע צייט דן געווען איבער פארשידענע ענינים בנוגע די שחיטה המהודרת דקהלתינו הק',
דערביי האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בכמה ענינים בהלכה און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע וואך.
~🌴~