דאנערשטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג עקב=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בהר"ר אנשיל קארפען שליט''א - ק"י.
בעל תפילה: הר''ר אנשיל קארפען שליט''א.
בעל קורא: הר''ר אנשיל קארפען שליט''א.
כהן: הרה''ח ר' משה יעקב ווייס הי"ו - לעיקוואד.
לוי: ר' שמואל היימליך הי''ו - אנטווערפען.
שלישי: הב' הבר מצוה בהר"ר אנשיל קארפען שליט''א.
הגבה: רבינו שליט''א.
גלילה: הרה''ח ר' חיים יצחק שלמה ברוק הי''ו - מאנסי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון די בראשית יארן אין אמעריקע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער מאכן א ברכת עושה מעשה בראשית ביים זעהן די בערג און די ים הגדול.
ארום 1:40 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטער פליגער, דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 2:15 אויפן וועג אהיים נאכן וויילן די פארגאנגענע פיר וואכן אויף מנוחת הנפש,
ארום 3:20 האט דער רבי'ס פליגער געלאנדעט אינעם סטוארט לופטפעלד, און דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון ארום א האלבע שעה קיין ק"י,
ביים אנקומען האבן אפגעווארט פילע תלמידי הישיבה וועלכע האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דער גאנצער ציבור איז אריבער שלום נעמען.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר משה כ"ץ שליט"א און הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יצחק גליקמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 9:15 איז דער רבי אריבער צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל משה ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' יצחק בר"ח פעקעטע הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ב ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"י בלייך הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן לע"נ הגה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל - דומ"ץ ביהמ"ד וקרית ויואל משה, און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג ראה אין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די נייע 'קרית משה' אין מאנטיסעלא און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ הקריה און פאר די הנהלת ועסקני קרית ויואל משה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
~🌴~