מיטוואך עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך עקב=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
בעל תפילה: ר' משה בר"י שרייבער הי''ו - ק"י.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער הלכות בית הכנסת.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
פאר מנחה האבן שלום גענומען די תלמידי כתה מכינה לישיבה שע''י קהילות גור ב''פ וועלכע געפינען זיך אין די טעג אין בעטלעהעם ניו העמפשיר,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די מרביצי תורה.
בעל תפילה: הב' עזריאל ב"ר מאיר וועזעל הי''ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30,
בעל תפילה: ר' שמואל היימליך הי''ו - אנטווערפען.
א גוטע נאכט.
~🌴~