שבת קודש פרשת דברים - שבת חזון בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת דברים - שבת חזון בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
אויף שב"ק האבן געוויילט די תלמידי המתיבתא סניף ברך משה בהנהלת הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט''א.
נאך די מקוה האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה,
הב' יואל הערש ב''ר מרדכי געלבער הי''ו - ירושלים,
הב' אליעזר ב''ר יוסף מנחם וואגשאל הי''ו - מאנסי,
הב' אברהם ב"ר בנציון וויינבערגער הי''ו - מאנסי.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה''ח ר' לייבוש פרנס הי''ו - מאנסי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנשי שלומינו.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ק''י.
מנוחה ושמחה: הר"ר שמואל קרויס שליט"א - ר"מ בישיבה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר דבר משה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען דרש'נט את.
קה אכסוף: הר"ר אלעזר מערמלשטיין שליט"א - ר"מ בישיבה.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א.
מיט רחם האט דער רבי מכבד געווען הרה''ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי''ו - ק''י.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן חוזה מלובלין זי"ע וואס די יארצייט געפאלט קומענדיגן דאנערשטאג תשעה באב.
קה רבון עלם: הרה''ח ר' יצחק יוסף גראד הי''ו - וומ''ס
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
עס איז פארגעקומען די שלום זכר לבן הנולד אצל הרה''ח ר' מרדכי לייב מארקאוויטש הי''ו - ק''י.
אז ביום השביעי: הר"ר יואל בר"א עקשטיין שליט''א - ק''י.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:00 אזייגער.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט''א - ק"י.
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גרשון מנחם ניישטאדט הי"ו - ב''פ.
פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יואל ברש"ע מיטטעלמאן הי''ו - מאנטריאל.
בעל קורא: הב' יעקב מרדכי ב''ר לוי יצחק טייטלבוים הי''ו - וומ''ס.
כהן: הרה''ח ר' בנציון אברהם כהן הי''ו - ק''י.
לוי: הר"ר אלעזר מערמלשטיין שליט''א.
שלישי: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
רביעי: הרה''ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי''ו.
חמישי: הרה''ח ר' רפאל פערלמוטער הי''ו - מאנסי.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הרה''ח ר' יצחק אייזיק פישער הי''ו - ק''י.
הוספות: הב' הבר מצוה ב''ר רפאל פערלמוטער הי''ו.
הב' הבר מצוה בהרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט''א.
הב' הבר מצוה ב''ר יואל ברח"ב פילעפף הי''ו - ק"י.
הרה''ח ר' מרדכי לייב מארקאוויטש הי''ו.
הר"ר יואל עקשטיין שליט''א.
הרה''ח ר' ראובן גלאנץ הי''ו - ק''י.
הרה''ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי''ו - ק''י.
הרה''ח ר' אברהם שמואל פארקאש הי''ו - ק''י.
הרה''ח ר' יואל בר"א גאלדבערגער הי''ו - ק"י.
הרה''ח ר' יוסף חביב מאסרי הי''ו - ק''י.
הרה''ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי''ו - ק''י.
הר"ר שמואל קרויס שליט''א.
הרה''ח ר' יואל פאגעל הי''ו - אנטווערפען.
אחרון: הרה''ח ר' שלום יוסף לעווי הי''ו - ק''י.
מפטיר: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט''א.
הגבה: ר' מאיר יעקב ברא"י לאנדא הי''ו - ק''י.
גלילה: הילד ב''ר בנציון אברהם כהן הי''ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה''ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
דער רבי איז אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 3:05,
מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה,
דער רבי האט טועם געווען חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני השתוקקות לגאולה השלימה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אויף אחכה לו פאר א לענגערע צייט.
דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות,
ברוך ה' יום יום: הרה''ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי''ו.
ברוך קל עליון: הרה"ח ר' משה שמואל סאמעט הי''ו - ק"י.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר דבר משה' און ארויסגעברענגט אז אויב מען טוט נישט תשובה אויף א עבירה איז עס נאך הארבער ווי די עבירה אליינס און דאס איז טייטש חטאו בכפליים און פארדעם איז געווען לקו בכפליים.
ברכת המזון: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 4:00 אזייגער.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: ר'יואל ברש"מ פריעדמאן הי''ו - מאנסי.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' עמרם יואל שאלאמאן הי"ו - ב''פ.
בעל קורא: הר"ר שמואל קרויס שליט''א.
כהן: הרה"ח ר' דוד יודא קאהן הי"ו - ק''י.
לוי: ר' יודא לייב בר"א מערמלשטיין הי''ו - ק''י.
שלישי: הרה''ח ר' גרשון מנחם ניישטאדט הי''ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' זושא ניישטאדט הי''ו און דער רבי האט זיך באדאנקט.
גלילה: הב' אהרן ב"ר גרשון מנחם ניישטאדט הי''ו.
ביי שלו''ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הר"ר יעקב שלום ווייס שליט''א - ק"י.
שיר המעלות: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אלה הדברים אשר דבר משה און ארויסגעברענגט אז אויב א מענטש איז נזהר צו רעדן נאר אמת דעמאלט העלפט אים הקב"ה צו ניצל ווערן פונעם יצר הרע און מען ווערט נישט נכשל אין קיין הארבע עבירות, פארדעם ביים חורבן ביהמ"ק וויבאלד מען איז נישט נזהר געווען במידת האמת איז מען נכשל געווארן מיט הארבע עבירות און דאס האט צוגעברענגט צום חורבן ביהמ"ק,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי מוסר זאגענדיג אז מען שטייט יעצט אין די ימי בין המצרים און כל דור שלא נבנה בימיו כאילו נחרב בימיו און דאס איז וויבאלד מען איז היינט צוטאגס אויך נישט נזהר צו רעדן נאר אמת, און מען לעבט אין א מדינה ווי אלעס איז מיוסד אויף שקר און מען ווערט נאכגעשלעפט פון דעם,
דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע 'כשאתם זוכים אתם מונים לבנינה ואם אי אתם זוכים אתם מונים לחורבנה' און דער חתם סופר פלעגט זיך פירן אויסצורעכענען וויפיל יאר מען האלט שוין פונעם חורבן ביהמ"ק, האט דער רבי געזאגט אז מען שטייט שוין 1,958 יאר פון חורבן ביהמ"ק ועדיין לא נושענו, און דער רבי האט מסיים געווען און אנגעוואונטשן מען זאל זוכה זיין צו זיך מדבק זיין צו מידת האמת און זוכה זיין צו תשובה שלימה און דורך דעם וועט מען זוכה זיין אז והימים האלו יתהפכו לששון ושמחה בביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
קל מסתתר: הר"ר יואל בערקאוויטש שליט''א, בן הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט''א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה''ח ר' הערש אלימלך גליק הי''ו - מאנטריאל.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
א גוטע וואך.
~🌴~