זונטאג דברים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג דברים=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הב' ישכר בעריש בהר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט''א - ק''י.
נאכן דאווענען זענען די פילע געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען,
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבערן הייליגן ישמח משה זי''ע.
אויפן וועג צו מנחה האבן אפגעווארט און שלום גענומען די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אין שפיץ פון די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט''א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט''א.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער,
בעל תפילה: הב' יוסף ב''ר משה סימאן הי''ו - ק''י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
פארן לערנען האט דער רבי געצינדן א נשמה לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן ראש השושלתא הגה"ק בעל ישמח משה זי''ע.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.
נאך מעריב ארום 10:00 אזייגער האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודת הילולא און מעריך געווען שלחנו הטהור אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד',
פאר די פיש האט הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א געמאכט א סיום אויף מסכת שבת, און געזאגט קדיש, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו',
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש במשנתו פונעם בעל הילולא און ארויסגעברענגט אז פונעם חורבן ביהמ"ק זעט מען אז נאר וויבאלד עס איז שוין געווען א קדושה פונעם ערשטן און צווייטן ביהמ"ק נאר אזוי וועט קענען אראפקומען די ביהמ"ק השלישי בנוי ומשוכלל, פון דעם דארף יעדע איד נעמען חיזוק אז אפילו ער האט ח"ו געזינדיגט אבער דאך איז דא אין אים א רישומא דקדושה פון די מצוות וואס ער האט געטוהן און דורכדעם האט ער נאך א תקומה און ער קען נאך תשובה טוהן, און דער רבי האט מסיים געווען מיט דברי חיזוק פאר די תלמידי הישיבה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים און דערביי האט דער ראש ישיבה שליט"א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות פון אלע תלמידי הישיבה און דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א,
נאכן בענטשן האט דער רבי פארטיילט כוס של ברכה פאר אלע בחורים,
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
א גוטע נאכט.
~🌴~