שבת קודש פרשת מטו''מ - מבה"ח מנחם אב בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת מטו''מ - מבה"ח מנחם אב בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
אויף שב"ק האבן געוויילט די תלמידי המתיבתא סניף ויואל משה בהנהלת הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א.
נאך די מקוה האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה,
הבה"ח עמרם ב''ר אהרן הערש טויב הי''ו - ק''י,
הבה"ח משה לייב ב"ר אברהם יצחק שמואל מערץ הי''ו - ק''י,
הב' משה וואלף ב"ר יואל פערל הי''ו - ק''י,
הב' משולם זושא ב"ר אלי' פארקאש הי''ו - ק''י,
הב' שלום נחמן בהר"ר זלמן לייב פילאפף שליט''א - ק''י.
הב' בעריש ב"ר מרדכי לייב לאנדא הי''ו - וומ''ס.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר אנטשיל קארפען שליט''א - ר"מ בישיבה.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנשי שלומינו.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר בעריש גראס שליט"א - מאנטריאל.
מנוחה ושמחה: הר"ר ליפא סאמעט שליט"א - ר"מ בישיבה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחר תאסף אל עמך' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.
קה אכסוף: הר"ר חיים הערש קאהן שליט"א - ר"מ בישיבה.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א.
מיט רחם האט דער רבי מכבד געווען הרה''ח ר' דוד ראזענבערג הי''ו - מאנטריאל.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו מרן ראש השושלתא הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע וואס די יארצייט געפאלט קומענדיגן מאנטאג כ"ח תמוז.
קה רבון עלם: הר"ר יעקב הילל ליכטנשטיין שליט''א - ר"מ בישיבה.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו, בן הנולד אצל הרב יואל טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.
אז ביום השביעי: הרה''ח ר' נחום וועבערמאן הי''ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:45.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט''א - ק"י.
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' איסר יודא בערגער הי"ו - ק"י.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט''א - ק"י.
בעל קורא: הב' שלום נחמן בהר"ר זלמן לייב פילאפף שליט''א.
כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א.
לוי: הב' אליקים יודא ב''ר שמחה ישראל אפפעל הי''ו - ק''י.
שלישי: הרה''ח ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו - ק''י.
רביעי: הב' יעקב ב"ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו - ק''י.
חמישי: הבה"ח יושע ב''ר יצחק יודא קליין הי''ו - וומ''ס.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הרה''ח ר' מיכל בירען הי''ו - לעיקוואד.
הוספות: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
הרה''ח ר' שלמה רובינשטיין הי''ו - ק''י.
הר"ר דוד חנני' ווייס שליט''א.
הר"ר בעריש גראס שליט''א.
הרה''ח ר' אברהם שניצלער הי''ו - מאנטריאל.
ר' שמשון זעליג פישער הי''ו - וומ''ס.
הרה''ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו - ק''י.
הרה''ח ר' פנחס בראך הי''ו - מאנטריאל.
הרה''ח ר' יואל בר"ה פריעד הי''ו - ק''י.
הב' יעקב ב"ר איסר יודא בערגער הי''ו.
הרה''ח ר' נחום וועבערמאן הי''ו.
הרה''ח ר' חיים אליעזר ווייס הי''ו - ק''י.
אחרון - חזק: הבה"ח המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
מפטיר: הב' הבר מצוה ב''ר אנטשיל קארפען שליט''א.
הגבה: ר' אברהם יוסף שאלאמאן הי''ו - וומ''ס.
גלילה: הב' מנחם ב''ר יואל ברמ"י ווערטהיימער הי''ו - וומ''ס.
נאכן ליינען האט דער רבי געבענטשט ראש חודש מיט גרויס התעוררות.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף לרגל די יארצייט פון זקינו מרן ראש השושלתא הגה"ק בעל ישמח משה זי''ע וועלכע געפאלט דעם מאנטאג כ"ח תמוז.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה''ח ר' אנטשיל זאלדאן הי"ו - ק''י.
מען האט געענדיגט ארום 1:20.
דער רבי איז אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 3:05,
מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה,
דער רבי האט טועם געווען חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות,
ברוך ה' יום יום: הרה''ח ר' שמעון שווארטץ הי''ו - ק''י.
ברוך קל עליון: הרה"ח ר' אברהם שניצלער הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים' 'נחנו פשענו ומרינו' 'כלנו בני איש אחד נחנו' און ארויסגעברענגט אז ביי יעקב אבינו זעט מען אז הקב"ה האלט איין אלע תקנת חכמים במילא האלט הקב"ה אויך איין די תקנות פון רבינו גרשום מאור הגולה נישט צו גט'ן כלל ישראל בע"כ און נישט צו נעמען נאך א אומה, און דאס איז די טרייסט פון כלל ישראל אין גלות.
ברכת המזון: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:45.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט''א.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' רפאל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו - ק"י.
בעל קורא: הב' משה ב''ר אהרן שווארטץ הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו - ק''י.
לוי: הרה''ח ר' אהרן יוסף בערגער הי''ו - ק''י.
שלישי: הבה"ח יחיאל מיכל בהר"ר יעקב הילל ליכטנשטיין שליט''א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' אהרן יוסף ווייס הי''ו - ב''פ, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
גלילה: הב' הערשל ב"ר אליעזר זוסיא ראזענבערג הי"ו - ב''פ.
ביי שלו''ס האט מען אויפגעגעבן מילכיגס כנהוג צו עסן מילכיגס ביי שלו"ס איינמאל א יאר,
דער רבי האט אויסגעשמועסט און ארומגערעדט איבער די מנהג ביי צדיקי בית סיגוט און צאנז און דערנאך ארויף געשמירט פוטער אויף די חלה און געטרינקן א קאווע.
ביי די פיש איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו - וומ''ס.
שיר המעלות: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו - ק''י.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויכתוב משה את מוצאיהם למסעיהם על פי ה' און ארויסגעברענגט אז די כח פון אמירת י"ג מידות העלפט אז אפילו אויף די הארבע עבירות וואס מען דארף געווענטליך צוקומען צו יסורים אדער יום המיתה, אבער דורך תשובה מיט אמירת י"ג מידות איז הקב"ה מוחל,
אבער אויב איז ח"ו 'נבוכים הם בארץ' מען איז פארזינקען אין גשמיות איז 'סגר עליהם המדבר' איז פארשלאסן די כח המדבר און עס העלפט נישט די אמירת י"ג מידות,
זאגט אבער דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע אז ווען א איד וויל דאווענען און עס גייט אים נישט זאל ער וויסן אז הקב"ה איז מתפלל צוזאמען מיט אים און אזוי ווערן די תפילות נתקבל, אבער דאס איז נאר פאר איינער וואס איז נזהר צו רעדן נאר אמת, משא"כ א שקרן איז דובר שקרים לא יכון לנגד עיני און הקב"ה העלפט אים נישט מתפלל זיין און זיינע תפילות און זיין תשובה מיט אמירת י"ג מידות ווערן נישט נתקבל,
דער רבי האט מאריך געווען בדברי מוסר זאגענדיג אז מען שטייט יעצט אין די ימי בין המצרים און חז"ל זאגן אז אין ישראל נגאלין אלא בתשובה במילא דארף יעדער זיכער מאכן צו רעדן נאר אמת און זיך נתרחק זיין פון שקר און אזוי וועט מען זוכה זיין צו תשובה אמיתית און דורכדעם זוכה זיין צו די גאולה השלימה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו.
קל מסתתר: הרה''ח ר' פנחס בראך הי''ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו מרן ראש השושלתא הגה"ק בעל ישמח משה זי''ע וואס געפאלט דעם מאנטאג כ"ח תמוז.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 11:35.
ארום 12:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מלוה מלכה בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע וואס געפאלט דעם מאנטאג כ"ח תמוז,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען געזינגען זמירות למלוה מלכה,
דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
א גוטע וואך.
~🌴~