פרייטאג מטו''מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג מטו''מ=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם מאיר ראזענפעלד הי''ו - ק"י.
בעל תפילה: ר' משה ברא"ש כ''ץ הי''ו - ק"י.
נאכן דאווענען זענען די פרישע געסט אריבער שלום נעמען און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער לערנען חומש רש"י ביינאכט.
=זמנים לשבת קודש בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
זמן הדלקה"נ: 8:16.
תפילת מנחה: 9:00 אזייגער.
עריכת שלה"ט: ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן.
שחרית: 9:30.
דער רבי וועט אריינקומען צו די זמירות ודברי תורה אין ביהמ"ד ארום איינס און אהאלב שעה נאכן דאווענען (ארום 2:45).
מנחה ושלו"ס: 9:00 אזייגער.
זמן מוצש"ק 9:43.
מען וועט קענען מיטהאלטן א הוקאפ פון שלו"ס פון עטליכע מינוט נאכן זמן מוצש"ק אויף קול סאטמאר אויף 3-1-1.
מוצש"ק ארום 12:30 וועט רבינו שליט"א אריינקומען צו מלוה מלכה בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט פון מרן ראש השושלתא הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע וועלכע געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג כ"ח תמוז.
א גוט שבת.
~🌴~