דאנערשטאג מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג מטו"מ=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר זלמן לייב פערל הי''ו - וומ''ס.
בעל תפילה: הרה''ח ר' נחמן דוב העללער הי''ו - וומ''ס.
פתיחה: הגה''צ אב''ד ראשית חכמה שליט''א.
בעל קורא: הרה''ח ר' שלמה רובינשטיין הי''ו - ק''י.
כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו - ק''י.
שלישי: הב' הבר מצוה ב''ר זלמן לייב פערל הי''ו.
הגבה: רבינו שליט"א.
גלילה: הרה''ח ר' זלמן לייב פערל הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די פילע פעולות לטובה אין ניו יארק דורכ'ן רב הכולל הרה"צ רבי יעקב יוסף זצ"ל וואס די יארצייט איז געפאלן היינט כ"ד תמוז.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:10.
בעל תפילה: הרה''ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי''ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:45.
בעל תפילה: הרה''ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו - ק"י.
נאך מעריב זענען די פילע געסט אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט''א.
א גוטע נאכט.
~🌴~