מיטוואך מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך מטו"מ=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה, אשת חבר פון רביה"ק בעל ברך משה זי''ע.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און פארציילט סיפורים פון זקינו הרה"ק מוואלאווע זי"ע.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן הייליגן תומר דבורה זצ"ל וואס די יארצייט איז געפאלן היינט כ"ג תמוז.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:10.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון הרבנית הצדיקת ע"ה.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:45.
בעל תפילה: הרה''ח ר' נחמן דוב העללער הי''ו - וומ''ס.
א גוטע נאכט.
~🌴~