שבת קודש פרשת פנחס בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת פנחס בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
אויף שב"ק האבן געוויילט די תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל בהנהלת הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט''א.
נאך די מקוה האט דער רבי מזכה געווען די פת פאר די עירובי חצרות פונעם עירוב וואס ווערט געמאכט ביים ביהמ"ד.
ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו - קרית טאהש.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנשי שלומינו.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
הגבהת הכוס: הגה''צ אב''ד ראשית חכמה שליט''א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א - מאנסי.
מנוחה ושמחה: הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א - ר"מ בישיבה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ושם איש ישראל המוכה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון קנין פירות כקנין הגוף.
קה אכסוף: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א - ר"מ בישיבה.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי שלמה מקארלין זי"ע וואס די יארצייט געפאלט קומענדיגן דינסטאג כ"ב תמוז.
קה רבון עלם: הר"ר דוד ליכטנשטיין שליט''א - ר"מ בישיבה.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר שלמה נח היילברוין שליט''א - ק"י.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:45.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:50.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו - ק"י.
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט הגה''צ אב''ד ראשית חכמה שליט''א.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו - ק"י.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו - וומ''ס.
בעל קורא: הבה"ח משה עמרם ב"ר חיים מאיר עהרנטאהל הי"ו - אנטווערפען.
כהן: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו - ק"י.
לוי: הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער שליט''א.
שלישי: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
חמישי: נכד רבינו הבה"ח יואל דושינסקיא ני"ו.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו - מאנטריאל, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הר"ר דוד ליכטנשטיין שליט''א.
הוספות: הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו.
חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
הרה"ח ר' מענדל לעבאוויטש הי"ו - ב''פ.
הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו - ב''פ.
הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו - ב''פ.
הרה"ח ר' דוד ראזענבערג הי"ו - מאנטריאל.
הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו - וומ"ס.
הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו.
הב' מאיר דוד ב"ר אברהם מאסרי הי"ו.
הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א.
הרה"ח ר' יוסף אלי' לעבאוויטש הי"ו - וומ''ס.
הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א.
אחרון: ר' חיים אפרים צוויבל הי"ו - קרית טאהש.
מפטיר: הר"ר יעקב פאגעל שליט"א - קרית טאהש.
הגבה: הרה"ח ר' אשר מרדכי לעבאוויטש הי"ו - ק"י.
גלילה: הרה"ח ר' ישראל בער לעבאוויטש הי"ו - מאנסי.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה וועלכע געפאלט דעם מיטוואך כ"ג תמוז.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' אהרן יוחנן גרינפעלד הי"ו - ב''פ.
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
דער רבי איז אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 3:20,
מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה,
דער רבי האט טועם געווען חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות,
ברוך ה' יום יום: הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט''א.
ברוך קל עליון: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן' און ארויסגעברענגט אז פנחס איז געווען אזוי אויסגעארבעט אז זיינע אברים האבן נאר געקענט טוהן מצוות, און פון דעם וואס ער האט געקענט נעמען די שווערד אין זיין האנט האט ער געוויסט אז עס איז א מצוה צו הרג'ענען זמרי, און די כח האט ער באקומען פון אהרן הכהן.
ברכת המזון: חדבן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 4:15.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05.
בעל תפילה: הר"ר יעקב פאגעל שליט''א.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן ברא"ש שווארטץ הי"ו - ק"י.
בעל קורא: הרה"ח ר' אהרן שווארטץ הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו.
לוי: הר"ר יואל גרובער שליט"א - ר"מ בישיבה.
שלישי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו.
ביי שלו''ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים פון די פיש.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל' און דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם הייליגן תפארת שלמה אז יעדע מצוה וואס א מענטש טוט גייט אדורך די ביהמ"ק, און די זעלבע ח"ו יעדע עבירה גייט אויך אדורך די ביהמ"ק און מאכט אן א פגם אינעם ביהמ"ק, און נאר אזוי האבן די אומה"ע געקענט האבן א שליטה און חרוב מאכן אזא הייליגע פלאץ, וויבאלד עס איז געווען טמא פון די פילע עבירות וואס מען האט נעבעך געזינדיגט,
דער רבי האט ממשיך געווען און ארויסגעברענגט מיט ווייטאג אז ווען מען איז געווען די יאר אין ארה"ק האט מען צוגעזען מיט די אייגענע אויגן אז עס איז בעוה"ר אויפגעשטעלט א טמא'נע תיפלה אויפן מקום המקדש און דאס איז אויך נאר וויבאלד דאס פלאץ האט א פגם פון אונזערע עבירות, און דאס איז די סיבה פארוואס עס גייט ארויס יעדן טאג א בת קול אוי לי שהחרבתי את ביתי טראץ מען שטייט שוין ליידער 1,958 יאר נאכן חורבן ביהמ"ק וויבאלד יעדן טאג ווען מען טוט ח"ו א עבירה ווערט די פגם אויפן מקום המקדש שטערקער,
דער רבי האט מעורר געווען אז שטייענדיג יעצט אין די ימי בין המצרים איז יעצט די צייט צו תשובה טוהן און אזוי אראפנעמען די פגם פונעם מקום המקדש און אזוי וועט מען זוכה זיין אז והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה בביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
קל מסתתר: הר"ר אברהם יצחק כאירה שליט''א - ר"מ בישיבה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה''צ אב''ד ראשית חכמה שליט''א.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה וואס געפאלט דעם מיטוואך כ"ג תמוז.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
א גוטע וואך.
~🌴~