דינסטאג וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג וישב
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד רב טוב אויף די קארלסבורג גאס אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה - סניף מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם בר"ב פאלאטשעק.
ב"ר יואל ברמ"י גאלדבערגער.
נאכן דאווענען דער רבי האט משמיע געווען דברי חיזוק פאר די בחורים ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען דארף זיך ארויסלערנען פון יוסף הצדיק אז ער האט אסאך מיטגעמאכט און דערנאך איז ער געווארן מלך, און די מוסר השכל וואס יעדער דארף ארויסנעמען פון דעים אז מען זעט אז מען גייט דורך שווערע זאכן דארף מען וויסן אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד און צום סוף איז אלעס גוט!
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים אין חדרו הפרטי.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויף די אויבערשטע שטאקן ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די שנעלע פארשריט אין די בוי ארבעט ביי די נייע 'ישיבה זרע קודש' וואס ווערט געבויעט העכער די ביהמ"ד,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף אלע פיר שטאקן פונעם בנין, אזוי אויך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די מקוה פונעם ביהמ"ד וואס האלט אינמיטן געבויעט ווערן.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
נאך מעריב האט דער רבי ווייטער אויפגענומען ביז ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~