שבת קודש פרשת חקת בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת חקת בלק=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו.
ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' מיכל פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ קהלתינו הק' ב"ב.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' מיכל פריעדמאן שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הר"ר נחמן כהנא שליט"א - ב"ב.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויגר מואב מאוד כי רב הוא און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מין במינו.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו - אנטווערפען.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק העטרת צבי מזידיטשוב זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג י"א תמוז.
קה רבון עלם: הר"ר יואל בהגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א - לאנדאן.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מנחם פריינד הי"ו - ירושלים.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:15.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
פסוקי דזמרה: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.
לוי: החתן ברוך יצחק מאיר בהר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א - באווארפען.
שלישי: החתן שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו - באווארפען.
רביעי: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל ברי"ה פערל הי"ו.
ר' ליפא ב"ר יודל כ"ץ הי"ו.
ר' משה הערש ווידער הי"ו.
ר' משה אהרן שעהנברוין הי"ו.
ר' אברהם יצחק מאיר ווערצבערגער הי"ו - וומ"ס.
ר' זלמן לייב גאטליעב הי"ו.
ר' דוב ארי' בר"נ גאלדבערג הי"ו.
שביעי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
הוספות: החתן משה ב"ר שמעון לאנדא הי"ו.
החתן משה דוב בהרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א.
החתן הערשל ב"ר שמואל יעקב שווארטץ הי"ו.
החתן יואל בהר"ר פישל סופר שליט"א.
הרה"ג ר' שמחה אהרן שטראהלי שליט"א - רב דביהמ"ד שערי איש דזשעקסאן.
אחרון: החתן מרדכי בהר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א - באווארפען.
מפטיר: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' משה דוד אקערמאן הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"ח ביקעל הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יודא טייטלבוים הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי בר"י שפילמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו.
כהן: הר"ר נחמן כהנא שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש.
שלישי: הרה"ח ר' יושע ארי' גרינוואלד הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שמואל יעקב שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק לא הביט עון ביעקב און ארויסגעברענגט אז דאס וואס עס שטייט אין חז"ל אז ווען מען זאגט די י"ג מדות של רחמים איז הקב"ה מוחל אויף די עבירות דאס איז נאר פאר א מענטש וואס איז אפגעהיטן מיט זיינע דיבורים און זיין ווארט איז א ווארט, אזא איינעם איז גענוג אז ער זאגט די י"ג מדות און עס פעלט נישט אויס אז ער זאל דארפן בפועל טוהן די י"ג מדות,
פארדעם ביים חורבן ביהמ"ק וואס עס שטייט אז לא חרבה ירושלים אלע מפני שפסקה אנשי אמנה וויבאלד זיי זענען נישט געווען נזהר מיט מידת האמת האט נישט געהאלפן ביי זיי דאס זאגן די י"ג מדות און הקב"ה האט נישט מוחל געווען די עבירות און פארדעם איז געשען די חורבן ביהמ"ק,
דער רבי האט מעורר געווען אז מען גייט שוין אריין די וואך אין די ימי בין המצרים דארף מען דאס האלטן פאר די אויגן און אויב וועט מען נזהר זיין מיט מידת האמת און זיך נתרחק זיין פון מידת השקר וועט מען זוכה זיין אז צום הרביעי וצום החמישי יתהפכו לששון ולשמחה בביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ג ר' שמחה אהרן שטראהלי שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן משה דוב בהרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן קיין ניו העמפשיר אויף מנוחת הנפש פאר די קומענדיגע פיר וואכן.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה פון שיכון סקווירא, און א קבוצה תלמידי ישיבה שבט הלוי פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
א גוטע וואך.
~🌴~