מאנטאג חקת בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג חקת בלק=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חנני' לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' לייבוש פראנקעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ח'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין בקודש פנימה די גבאים פון קופת הלבשה לחתנים שע"י מתיבתא סניף דברי יואל צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די יעצטיגע קאמפיין לטובת הקופה, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה קטנה סניף אהבת התורה פון וומ"ס בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א און האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף שו"ע הלכות ברכת הפירות,
דער רבי האט א לענגערע צייט פארהערט די בחורים און דערנאך פארטיילט ספרו לב אהרן פאר אלע בחורים, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן מגי"ש נכדו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א און פאר די רמ"י הישיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
אין ישיבה איז אריין בחדרו הפרטי הגה"צ אב"ד דקהלתינו לאנדאן שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער קהלתינו הק' אין לאנדאן, און א שמועס בהלכות מקוואות און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברב"צ בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברי"ח ווייס הי"ו און הרה"ח ר' אהרן ברמ"ב שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון ברא"ש לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 10:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:30 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר ישראל שמעון מאיר לייפער שליט"א - אדמו"ר מטעמעשוואר ק"י און הר"ר אביגדור דניאל פיש שליט"א בן האדמו"ר ממאטע סאלקא שליט"א וחתן האדמו"ר מתפארת יחזקאל שליט"א,
און פון די מחותנים הר"ר משה קויפמאן שליט"א און הרה"ח ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45.
נאך מעריב ארום 11:15 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון בית רחל אודיטאריום ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת הכרת הטוב פאר די הונדערטער עסקנים פון די שלוחי רבינו קאמפיין לטובת מוסדות יטב לב, אינאיינעם מיט א מסיבת שבע ברכות פון בת משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דערנאך איז פארגעקומען די שאלות ותשובות 'הביאנו המלך חדריו',
הר"ר אלחנן זאב יוסף פריעדמאן שליט"א האט פארגעשטעלט די שאלות פאר רבינו שליט"א און מען האט געהאט די זכי' אז דער רבי האט ארומגערעדט און אויסגעשמועסט פילע פערזענליכע זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע פאר אריבער א שעה צייט סיי בנוגע מוסדות יטב לב און סיי פילע מעשיות איבער כמה ענינים וואס דער רבי האט פערזענליך בייגעוואוינט
און מיטגעלעבט במשך די יארן,
צווישן אנדערע האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו און מוסדותינו הק' אין ארה"ק, און די חשיבות פון שטיצן מוסדות יטב לב,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, און מיט די שבע ברכות הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו - חבר הנהלת מוסדות יטב לב, און הר"ר ישכר יאקאב שליט"א - מנהל מוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק,
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די וועד בעלי בתים חברי הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ב,
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
~🌴~