שבת קודש פרשת קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת קרח=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן משה ב"ר יואל יעקב שעהנברוין הי"ו,
החתן שלום יעקב ב"ר זלמן יוסף גאלד הי"ו,
החתן יעקב מנחם ב"ר יואל ברב"צ בערקאוויטש הי"ו,
החתן יואל ב"ר פישל סופר הי"ו.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר כולל מציונים ויואל משה בירושלים עיה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר אשר ישעי' הורוויץ שליט"א - ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א - ב"פ, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש בשביל שלקח קרח ביזת הים לפיכך בלעו הארץ און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון טעם כעיקר.
קה אכסוף: הר"ר גרשון בארנפעלד שליט"א - מאנסי.
ברכת המזון: הר"ר אשר ישעי' הורוויץ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הגה"ק הברוך טעם זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג ז' תמוז.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:15.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות: הרה"ח ר' זלמן יוסף גאלד הי"ו.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים מאיר גרינפעלד הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם ביקעל הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' בנציון בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
כהן: החתן משה ב"ר יואל יעקב שעהנברוין הי"ו - באווארפען.
לוי: החתן שלום יעקב ב"ר זלמן יוסף גאלד הי"ו - באווארפען.
שלישי: החתן משה ב"ר חיים מרדכי שניטצער הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן יעקב מנחם ב"ר יואל ברב"צ בערקאוויטש הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן יודא יואל בהר"ר יצחק יקותיאל ביקעל שליט"א - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' ישי בוכינגער הי"ו.
שביעי: החתן יואל ב"ר פישל סופר הי"ו - באווארפען.
הוספות: החתן מאיר ישראל ב"ר יצחק בער פרענקל הי"ו.
החתן יואל ב"ר אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו.
החתן אשר לעמיל ב"ר חיים מאיר גרינפעלד הי"ו.
החתן איתמר טובי' ב"ר יואל בר"ח פעקעטע הי"ו.
החתן וואלף ברוך בהר"ר בעריש גראס שליט"א.
אחרון: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ.
מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' ישראל יאקאבאוויטש הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' דוד זכרי' ברח"א ראטה הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה חיים ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלום קויפמאן הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב דוד ברע"נ פעלבערבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים וואלף שפילמאן הי"ו.
כהן: הר"ר יצחק צבי ווייס שליט"א - אב"ד איהעל ב"פ.
לוי: הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א - חבר ביד"ץ העדה החרדית בירושלים עיה"ק.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו.
ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אל תפן אל מנחתם און ארויסגעברענגט אז דאס וואס עס שטייט אין גמרא אז אויף די הארבע עבירות ניצט נאר תשובה אינאיינעם מיט יסורים דאס איז נאר אויב עס איז דא תשובה אליינס, אבער אויב איז דא תשובה צוזאמען מיט תפילה דעמאלטס פעלט זיך נישט אויס קיין יסורים, אבער כדי די תפילות זאלן נתקבל ווערן דארף מען האבן א צלם אלקים און אויב מען זינדיגט ח"ו דעמאלטס פארלירט מען די צלם אלקים,
אבער דורך לימוד התורה באקומט מען צוריק די צלם אלקים און דאס ברענגט אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן און אזוי ניצט תשובה און עס פעלט זיך נישט אויס קיין יסורים.
ידיד נפש: הר"ר דוד האלבערשטאם שליט"א - לינדען.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שלום קויפמאן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו - וומ"ס.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:25.
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אויף א ביקור גומלין ביי הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יושע מרדכי שלעזינגער הי"ו פון ב"פ, בביתו בשכונת קדושת לוי אין קרית יואל המורחבת,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכה און איבער מנהגי נשואין ושבע ברכות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שליט"א, און עקסטער פארן בעל אכסניא הרה"ח ר' יושע מרדכי הי"ו לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, פאר בנו החתן ני"ו פארן זיידן הרה"ח ר' נתן גרינפעלד הי"ו, און פאר די גאנצע משפחה,
אויך האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בשבח פון די שכונה און איבער בית מדרשינו בשכונת קדושת לוי,
מען האט געענדיגט ארום 1:30 און הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שליט"א האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א ביז די קאר.
א גוטע וואך.
~🌴~