זונטאג וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג וישב
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה היימליך, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הר"ר נפתלי צבי קאהן שליט"א - מו"ץ.
בן הר"ר יואל סימאן.
ב"ר דוב יחזקאל משולם טעלער.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ח' פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:00 אזייגער איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א גאב"ד עיה"ת בני ברק, ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער כשרות און שחיטה דערנאך האט אים רבינו שליט"א מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעווינטשן ברכת קדשו, און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 3:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה ווי עס איז פארגעקומען די פדיון הבן לבן הנולד אצל הרב יהושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מנחה, און דערנאך האט זיך דער עולם געוואשן און דערנאך איז פארגעקומען די פדיון, אלץ כהן האט געדינט כ"ק אדמו"ר מ'קארלסבורג שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און טועם געווען מזונות פיש און קוגל, עס האט אויפגעטרעטן די בעל שמחה די אבי הבן דערנאך האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן בעל שמחה און פאר די זיידעס און פארן גאנצן ציבור.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יוסף ישעי' לאווין און ר' נטע קויפמאן, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יצחק אייזיק גאלדשטיין און ר' יחזקאל שרגא שטיינמעץ, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:15 אויפדערנאכט.
ארום 9:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' דוד אלי' ניישטאדט און ר' יואל שטיינמעץ,
און ביי די מחותנים ר' יואל בר"א שווארץ און ר' בערל גאלד,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~